דער היטער פֿון פֿאַרגעסענע ווענעציאַנער בית־עולמס

Meet The Keeper Of Venice's Forgotten Jewish Cemeteries

Wikimedia Commons

פֿון דזשייק ראָם (Forward)

Published June 07, 2017, issue of June 29, 2017.

אַז איר וועט זיך הײַיאָר געפֿינען אין ווענעציע זאָלט איר זיך למען־השם צוכאַפּן צו דער מולטיעקראַניקער ווידעאָ־אינסטאַלאַציע פֿון דער ישׂראלדישער קינסטלערין הדסה גאָלדוויכט אַ״ט The House of Life (דאָס הויז פֿון לעבן). דער פֿילם דערציילט וועגן דעם לעבן פֿון אַלדאָ איצאָ, אַ געוועזענעם נישט־ייִדישן שיפֿס־קאַפּיטאַן וואָס פֿאַרנעמט זיך הײַנט מיט די צוויי ייִדישע בית־עולמס אין ווענעציע — איינער וואָס שטאַמט נאָך פֿון 1386, און דער צווייטער, וואָס מע ניצט נאָך אַלץ, פֿון 1774.

די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין ווענעציע, און די אַלגעמיינע באַפֿעלקערונג בכלל, ווערט וואָס מער אײַנגעשרומפּן פֿון יאָר צו יאָר. זינט דער גרויסער פֿאַרפֿלייצונג פֿון 1966 איז די צאָל שטאָטישע אײַנוווינערס האַלבירט געוואָרן, פֿון 121,000 אויף 62,000 — צום טייל צוליב אַ קאָמבינאַציע פֿון סבֿיבֿה־פּראָבלעמען, צום טייל — צוליב דער „פֿאַרפֿלייצונג‟ פֿון טוריסטן במשך פֿונעם יאָר. די ייִדישע באַפֿעלקערונג, וואָס האָט דערגרייכט אַזש 5,000 אינעם 17טן יאָרהונדערט, באַטרעפֿט הײַנט קנאַפּע 450 נפֿשות. טאַקע דערפֿאַר האָט גאָלדוויכט געשאַפֿן איר ווערק.

לויט אַ באַריכט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס“ איז די קינסטלערין געקומען קיין ווענעציע אין 2013 ווי אַן אײַנוווין־קינסטלער אין בית־ווענעציע, דער געוועזענער ווענעציאַנער צענטער פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלע ייִדישע שטודיעס. איר אַרבעט דרייט זיך דער עיקר אַרום דעם פֿאַרשווינדנדיקן ייִדישן ציבור. ווען זי האָט זיך אָבער באַקענט מיט איצאָ האָט זי זיך אונטערגענומען צו דערציילן דער וועלט זײַן געשיכטע.

שוין 35 יאָר לאַנג וואָס רײַסט איצאָ אַרויס דאָס ווילדגראָז, רייניקט די מצבֿות און רעסטאַוורירט דעם בית־עולם. ער אַליין איז טאַקע אויפֿגעוואַקסן אַרום די מצבֿות. „קינדווײַז פֿלעג ער זיך שפּילן אינעם בית־עולם און זיך דאָרט אויסבאַהאַלטן פֿון די פֿאַשיסטן,‟ שטייט אין גאָלדוויכטס טעקסט. „איצט וווינט ער אַליין אויף דער לידאָ, פֿאַרלירט צו ביסלעך די ראיה און גייט ווײַטער ראַמען דעם בית־עולם. אַלדאָ פֿאַרזיכערט אַז די ייִדישע נפֿטרים זאָלן באַערדיקט ווערן מיט כּבֿוד.‟

אין דער אויסשטעלונג געפֿינען זיך נאָענטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם אוראַלטן בית־עולם; אינטערוויוען מיט אַלדאָ איצאָ בײַ זיך אין דער היים און אינעם בית־עולם, און אַפֿילו אימאַזשן פֿון זײַן טאָגבוך — אַ מין ים־זשורנאַל וואָס ער האָט יאָרן לאַנג געפֿירט און וואָס איז סײַ אַ פּערזענלעכער סײַ אַ היסטאָרישער דאָקומענט.

גאָלדוויכטס ווערק איז נישט סתּם אַ דאָקומענטאַר וועגן איצאָ און די בית־עולמס, נאָר ממש אַ מעדיטאַציע וועגן לעבן און טויט. דעריבער קען מען באַטראַכטן איצאָ דאָ סײַ ווי די טעמע פֿון גאָלדוויכטס אינסטאַלאַציע, סײַ ווי אַ מעטאַפֿאָר פֿון „די לעצטע‟: די לעצטע ייִדן, די לעצטע אמתע ווענעציאַנער, און די לעצטע בעל־מלאָכות — ווײַל אין תּוך אַרײַן, איז נישט זײַן איבערגעגעבנקייט אויפֿצוהאַלטן דעם בית־עולם אויך אַ מין מלאכה?



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.