קוישבאָליסט פֿאָרשט ייִדישע וואָרצלען אין ירושלים

Basketball Star Explores Jewish Roots in Jerusalem

סטודעמײַער און דער אייגנטימער פֿון „הפּואל ירושלים‟, אורי אלון, נאָך דעם ווי דער קוישבאָליסט האָט געמאָלדן, אַז ער האָט אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט מיט דער ישׂראלדיקער מאַנשאַפֿט; דעם 1טן אויגוסט 2016, אין ניו־יאָרק
Getty Images
סטודעמײַער און דער אייגנטימער פֿון „הפּואל ירושלים‟, אורי אלון, נאָך דעם ווי דער קוישבאָליסט האָט געמאָלדן, אַז ער האָט אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט מיט דער ישׂראלדיקער מאַנשאַפֿט; דעם 1טן אויגוסט 2016, אין ניו־יאָרק

פֿון עדי מהלאל

Published June 07, 2017, issue of June 29, 2017.

פֿאַראַיאָרן זומער האָט אַן אַנאָנס פֿון אַ גרויסן קוישבאָל NBA־שטערן שאָקירט די קוישבאָל־וועלט: אַמאַרע סטודעמײַער האָט געמאָלדן, אַז ער ציט זיך צוריק פֿון דער NBA־ליגע און וועט אַריבערגיין צו דער קליינער ישׂראלדיקער מאַנשאַפֿט, „הפּועל ירושלים‟. 

סטודעמײַער, דעמאָלט 33 יאָר אַלט, האָט געהאַט אַן אויסערגעוויינטלעכע NBA־קאַריערע: 6 מאָל איז ער בײַ דער NBA באַצייכנט געוואָרן ווי אַן „אָל־סטאַר”; אין 2003 — דער בעסטער נײַער שפּילער („רוקי”); און אין 2007 — צווישן די פֿינף בעסטע שפּילערס. ער האָט אויך רעפּרעזענטירט די אַמעריקאַנער קוישבאָל־מאַנשאַפֿט אין דער 2004 אָלימפּיאַדע. צווישן 2010 און 2015, נאָך 8 יאָר אין פֿיניקס, אַריזאָנע האָט ער אַפֿילו געשפּילט דאָ אין ניו־יאָרק בײַ דער „ניקס‟־מאַנשאַפֿט.

פֿאַר וואָס זשע איז ער פּלוצלינג געוואָרן אַ מחותּן מיט „הפּועל ירושלים‟? 

די געשיכטע הייבט זיך בעצם אָן מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, ווען סטודעמײַער, אין איינעם מיט אַנדערע אינוועסטירערס, איז געוואָרן איינער פֿון די אייגנטימער פֿון „הפּועל ירושלים‟. זייער שטרעבונג איז געווען אַז די מאַנשאַפֿט זאָל ווערן די צווייט־גרעסטע קוישבאָל־מאַנשאַפֿט אין ישׂראל נאָך דעם אייביקן טשעמפּיאָן, „מכּבי תּל־אָבֿיבֿ‟. לכתּחילה האָט סטודעמײַער זיך פֿאַרבונדן מיט די אַנדערע אינוועסטירערס, צוליב זײַנע רעליגיעזע געפֿילן צו ייִדישקייט און צו ארץ־ישׂראל.

דערצויגן געוואָרן איז סטודעמײַער ווי אַ קריסטלעכער באַפּטיסט, בײַ אַן אָרעמער משפּחה אין פֿלאָרידע. אין 2010 האָט ער געמאָלדן, אַז זײַן מאַמע האָט אים געהאַט אַנטפּלעקט אַז זי איז אַ ייִדישע, אָדער אין אירע ווערטער אַן „עבֿרי” (Hebrew). קיין באַווײַז דערצו האָט מען נאָך נישט געזען, אָבער בכל־אופֿן איז סטודעמײַער איצטער אַרויס אויף אַ רוחניותדיקער רײַזע נאָכפֿאָלגנדיק זײַנע ייִדישע וואָרצלען.

פֿאַר 2016 האָט ער שוין עטלעכע מאָל געהאַט באַזוכט ישׂראל, אַרײַנגערעכנט אַ טרעפֿונג מיט שמעון פּערעס. אויף אַ ריי אינטערוויוען פֿאַר דער ישׂראלדיקער מעדיע, האָט ער זיך אַרויסגעוויזן צו זײַן אַ שטיקל קענער פֿון די ספֿרים, און ער דערציילט אָפֿט וועגן זײַן לערנען, און וועגן היטן מיצוות. דאָ און דאָרט טראָגט ער אַפֿילו אַ יאַרמלקע. די טעג באַמיט ער זיך אויך צו באַקומען אַ ישׂראל־בירגערשאַפֿט, וואָס וועט אים לאָזן שפּילן אונטער אַ ישׂראלדיקן סטאַטוס אין דער ישׂראל־ליגע. אין ירושלים איז ער געוואָרן אַ סענסאַציע. דער עולם אויף די מאַטשן פֿון „הפּועל‟ ווערן אַלץ מער געפּאַקט, מיט טויזנטער אָנהענגער. נישט ווייניק פֿון זיי זענען פֿרומע ייִדן.