פּרשת בהעלותך, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Bahaaloskho, 2017

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 08, 2017, issue of June 29, 2017.

דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט משה רבינו איבערצוגעבן זײַן ברודער אַהרן אָנצוצינדן די מנורה אינעם משכּן. צוליב דעם טראָגט אונדזער סדרה דעם נאָמען „בהעלותך‟ — בעת דײַן אויפֿהייבן די ליכט. אָנגעצונדן אויף אַ געוויסן אופֿן, האָט די מנורה רעפּרעזענטירט די הייליקע שכינה.

„ויעשׂ כּן אַהרן‟ — און אַזוי האָט אַהרן געטאָן. אַוודאי האָט ער געטאָן, וואָס דער רבונו־של־עולם האָט אים געהייסן! פֿאַרוואָס וואָלטן מיר בכלל געטראַכט, אַז אַזאַ גרויסער נבֿיא, ווי אַהרן הכּהן, וואָלט נישט געפֿאָלגט דעם אָנזאָג פֿונעם אייבערשטן?

די חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז אַהרן האָט זיך געגעבן אַן עצה אָנצוצינדן די מנורה אויף אַ חידושדיקן אופֿן. אַנשטאָט צו פֿאָלגן אויף אַ מעכאַנישן אופֿן די אינסטרוקציעס, האָט ער עס געטאָן „בזריזות ובשׂימחה‟, מיט זײַנע אייגענע כּוונות. אַדרבה, דער איזשביצער רבי דערקלערט, אַז ווען מע טוט אַ מיצווה אויטאָמאַטיש אָן קיין פּערזענלעכע כּוונות, ווערט די מיצווה פֿאַררעכנט פֿאַר אַ „נבֿלה‟. הגם די הלכות זענען זייער פּינקטלעך, דאַרפֿן מיר אַלעמאָל געפֿינען אין זיי אַ פּערזענלעכן חידוש.

„בהעלותך‟ — ווען דו צינדסט אָן די ליכט פֿון דער מנורה. די עבֿודת־השם אינעם משכּן האָט געפֿאָדערט אַ באַזונדערן אויפֿמערק, אויסצופֿירן יעדן פּרט על־פּי הלכה. פֿונדעסטוועגן, דינט אונדזער פּרשה ווי אַן אילוסטראַציע, אַז אַפֿילו אין די וויכטיקסטע מיצוות מוז מען אַרײַנלייגן דעם אייגענעם מוח און האַרץ. „בהעלותך‟ — דו דאַרפֿסט אָנצינדן די ליכט, נישט בלויז פֿאָלגן די אינסטרוקציעס ווי אַ ראָבאָט.

על־פּי קבלה, רעפּרעזענטירט די מנורה דאָס מענטשלעכע פּנים. די זיבן ליכט זענען מרמז אויף די אויגן, אויערן, נאָכלעכער און דעם מויל. דורך די דאָזיקע זיבן אבֿרים זענען מיר משׂיג די אַרומיקע וועלט.

אַפֿילו ווען מיר באַזוכן די זעלבע ערטער, קוקן אַרום אויף די זעלבע זאַכן און הערן זיך צו צו די זעלבע קלאַנגען פֿון דער אַרומיקער סבֿיבֿה, ווערן מיר אַלעמאָל פֿאַרחידושט. אַדרבה, די זעלבע דירה, די זעלבע גאַס און דער זעלבער פּאַרק זעט פֿאַר אונדז אויס יעדעס מאָל אַנדערש. דער „ספֿר־יצירה‟, דער קלאַסישער אוראַלטער קבלה־ספֿר, דערקלערט, אַז די וועלט באַשטייט פֿון דרײַ אַספּעקטן: „עולם, שנה, נפֿש‟ — דאָס אָרט, די צײַט און די פּערזענלעכקייט. פּונקט דאָס זעלביקע אָרט שאַפֿט פֿאַר אונדז אַן אַנדער אײַנדרוק, ווען מיר געפֿינען זיך אין אַן אַנדער שטימונג. אין אונדזער נשמה ברענט אַ פֿײַער, וואָס באַלײַכט דעם אַרום אַלעמאָל מיט אַן אַנדער מין ליכט.

די מנורה רעפּרעזענטירט דעם דאָזיקן ענין אויף אַן אוניקאַלן אופֿן, וואָס מיר קענען גרינג פֿאַרשטיין און זען מיט די אייגענע אויגן. הגם די מיצווה אָנצוצינדן די זיבן ליכט קלינגט ווי אַ טאָג־טעגלעכע רוטין, ברענען די פֿלאַמען יעדעס מאָל אַנדערש, כּמעט ווי לעבעדיקע באַשעפֿענישן. דאָס פֿײַער וואַרפֿט זיך אַרום; צומאָל ווערט עס כּמעט אינגאַנצן אויסגעלאָשן, און דערנאָך לויכט זיך עס אויף ווידער מיט אַ נײַעם כּוח. רש״י דערקלערט, אַז דאָס וואָרט „בהעלותך‟ איז מרמז, אַז אַהרן הכּהן האָט געדאַרפֿט אָנצינדן די ליכט ווי געהעריק, כּדי די פֿלאַמען זאָלן זיך אַליין הייבן און ברענען. אין אונדזער לעבן, מוזן מיר אויך שטרעבן אונטערצוהאַלטן אונדזער אינערלעך פֿײַער. ווען מיר פֿילן זיך דערשלאָגן, מיינען מיר צומאָל, אַז מיט עפּעס אַ גרויס „פֿײַער‟ קאָנען מיר פֿאַרבעסערן אונדזער מצבֿ — למשל, פֿאָרנדיק אין אַ ווײַטער און „ווילדער‟ נסיעה. למעשׂה, ברענט דאָס „פֿײַער‟ אויס, און מיר בלײַבן, נעבעך, דערשלאָגן. כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון דערשלאָגנקייט, מוז מען אָנצינדן אונדזער אינערלעך ליכט ביסלעכווײַז, בהדרגה.

רבי נחמן בראַצלעווער איז מסביר דעם דאָזיקן ענין גאַנץ פּרטימדיק. דאָס מענטשלעכע פּנים שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ „מנורה‟; צוויי אויגן, צוויי אויערן, צוויי נאָזלעכער און דאָס מויל באַלויכטן אונדזער וועג אין דער וועלט און צינדן אָן דאָס פֿײַער פֿון עמאָציעס אין אונדזער האַרץ. אַ טייל מענטשן זענען זיך משער, אַז אויב מע צעצינדט דאָס פֿײַער פֿונעם האַרץ וואָס שטאַרקער, וועט דאָס לעבן ווערן פֿײַערדיקער און לעבעדיקער. אין דער אמתן, איז עס נישט אַזוי. דער אומבאַגרענעצטער העדאָניזם ברענט אויס די מענטשלעכע נשמה; נאָך אַ קורצער ווײַלע פֿון התפּעלות, ווערט מען צעבראָכן און דערשלאָגן. דאָס ליכט פֿון אונדזער אינערלעכער מנורה מוז אָפּגעהיט ווערן פֿון צו שטאַרקע ווינטן.