בשׂמים און בשׂמים־קראָם

Curious Yiddish Words for "Groceries"

פֿון הערשל גלעזער

Published June 09, 2017, issue of June 29, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער שורש פֿון spice איז דער זעלביקער וואָס, אַ שטייגער, „ספּעציעל“ און „ספּעקטאַקל“ — ס׳האָט צו טאָן מיט צוקוקן. פֿון „צוקוקן“ איז עס געוואָרן „אויסזען“; אויף עפּעס אַן אופֿן וואָס איז מיר נישט קלאָר איז פֿון דעם געוואָרן „מין, זגאַל“ (species בלעז). „געווירץ“, ווידער, קער זיך אָן מיט „וואָרצל“. אַזוי ווי ס׳איז דאָ אַ פֿאַמיליע „גווערצמאַן“ קען מען דרינגען, אַז אַ מאָל האָט מען אויף מאַמע־לשון טאַקע געזאָגט „ג(ע)ווערץ“, איז „געווירץ“ אַ נײַערע, אימפּאָרטירטע פֿאָרמע.

הײַנט „באַקאַליי“, וואָס נעמט זיך מסתּמא פֿונעם רוסישן bakaleya אָדער פֿונעם פּוילישן bakalie — ס׳רוסישע איז אַ מאָל געווען טײַטש דערעיקרשט אַזוינע זאַכן ווי זאַלץ, צוקער, טיי און געווירצן, נאָר דער טײַטש האָט זיך שפּעטער אויסגעברייטערט; ס׳פּוילישע פֿאַררופֿט זיך בײַם הײַנטיקן טאָג ס׳רובֿ אויף (בדרך־כּלל אימפּאָרטירט) געטריקנט אויפּס און ניס. אַזוי צי אַזוי וואַקסט ס׳וואָרט סוף־כּל־סוף פֿון אַראַביש, וווּ ס׳איז קודם־כּל געווען טײַטש „געווירצן“ (ווידער אַ מאָל געווירצן!), דערנאָכדעם גרינוואַרג און צום סוף — סתּם עסנוואַרג; אין רוסיש איז עס אַרײַן דורך פּערסיש אָדער טערקיש. הייסט עס, אַז דאָס אויסברייטערן „געווירצן“ אויף סתּם עסנוואַרג איז אַ פֿאַרשפּרייטער פֿענאָמען.

כּדאַי אויך צו דערמאָנען „מבושׂם“, אַ שענער וואָרט פֿאַר „שיכּור(לעך)“. אינעם העברעיִשן עטימאָלאָגישן ווערטערבוך פֿון הרבֿ ערנעסט קליין שטייט געשריבן, אַז אין פֿריִערדיקע תּקופֿות האָט „בשׂם“ געהאַט אַ שײַכות נאָר צו ריחות, אָבער אין דער מאָדערנער צײַט האָט עס — וווּנדער איבער וווּנדער —אָנגענומען אַ טײַטש פֿון שיכּרות, פּונקט אַזוי ווי אויף ייִדיש. אָט האָט איר אַ סימפּטאָם פֿון אַ פֿאַרשפּרייטער קרענק בײַ העברעיִשע לעקסיקאָגראַפֿן: זיי היטן זיך שטאַרק נישט צו פֿאַררופֿן זיך אויף דער השפּעה פֿון מאַמע־לשון אויפֿן הײַנטיקן עבֿרית. דאָרטן, אָבער, וווּ זיי האָבן נישט קיין ברירה, איז אַלע מאָל בלשון נקיה: קליין (אַגבֿ, אַן אונגערישער ייִד וואָס האָט זיכער געקענט ייִדיש פֿון דער היים, כאָטש אין די קורצע ביאָגראַפֿיעס ווערט עס חלילה נישט דערמאָנט) שרײַבט „נײַ־העברעיִש“, בשעת אַבֿרהם אבֿן־שושן ניצט „בלשון־דיבור“ (אינעם גערעדטן לשון, הייסט עס).

איז פֿון דעם אַלעם קען מען דרינגען, אַז אין אַ צײַט ווען ס׳רובֿ מענטשן זענען געווען פּויערים און האָבן קולטיווירט אייגן אויפּס, גרינוואַרג, בהמות אויף מילעכיקס און פֿלייש, האָבן זיי אײַנגעקויפֿט בלויז דאָס וואָס איז בײַ זיי נישט געוואַקסן: זאַלץ, צוקער, געווירצן אד״גל, וואָס מע האָט געמוזט אימפּאָרטירן. אַז פּויערים זענען אַוועק פֿונעם דאָרף אין שטאָט אַרײַן און שוין געמוזט קויפֿן ס׳גאַנצע עסנוואַרג, האָט זיך די פֿונקציע פֿון די שפּײַזקראָמען אויסגעברייטערט, נאָר בײַ די אַלטע טערמינען איז מען געבליבן.