העברעיִשער אוניווערסיטעט פֿאַררעכנט ווי בעסטע ישׂראלדיקע שול

Hebrew U Ranked Best Israeli School


פֿון ייִט״אַ

Published June 11, 2017, issue of June 29, 2017.

דער העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים האַלט ווײַטער אָן זײַן ראַנג ווי די סאַמע פּרעסטיזשיקסטע אינסטיטוציע פֿון העכערע לימודים אין ישׂראל, און שטייט איצט צווישן די העכסטע 15% פֿון אוניווערסיטעטן איבער גאָר דער וועלט, לויט נײַע קלאַסיפֿיקאַציעס.

אין דער 2018 QS World University Rankings (קלאַסיפֿיקאַציע פֿון אוניווערסיטעטן איבער דער וועלט אין 2018) פֿאַרנעמט דער העברעיִשער אוניווערסיטעט דאָס 145סטע אָרט צווישן 959 אוניווערסיטעטן. דאָס רעפּרעזענטירט אַ קליינע העכערונג פֿון פֿאַר אַ יאָרן, ווען דער ראַנג האָט געהאַלטן בײַ 148.

די נײַע ראַנגען, וואָס מ׳האָט די וואָך אַרויסגעלאָזט, הייבן אַרויס אַזש זעקס אינסטיטוציעס אין ישׂראל, מיטן תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט בײַם 205טן ראַנג, און דער „טכניון‟ בײַם 224סטן ראַנג.

די העכסטע פּאָזיציעס אין דער רשימה פֿאַרנעמען די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן, מיטן מאַסאַטשוסעטסער אינסטיטוט פֿון טעכנאָלאָגיע אויפֿן סאַמע ערשטן אָרט, דעם סטאַנפֿאָרדער אוניווערסיטעט אויפֿן צווייטן, און האַרוואַרד־אוניווערסיטעט אין דריטן אָרט.

די קלאַסיפֿיקאַציעס, אַדורכגעפֿירט דורך „קוואַקוואַרעלי סימאָנדס‟, נעמט אַרײַן אינסטיטוציעס פֿון העכערע לימודים אין 84 לענדער. אוניווערסיטעטן ווערן אָפּגעשאַצט לויט זעקס ראיות פֿון פּעולה: דער אַקאַדעמישער שם, דער שם ווי אַן אַרבעט־געבער, די פּראָפּאָרציע לערערס אַקעגן סטודענטן, אויסצייכענונגען מצד דער לערערשאַפֿט, אינטערנאַציאָנאַלע לערערשאַפֿט, און פּראָפּאָרציע אינטערנאַציאָנאַלע סטודענטנשאַפֿט.

דער העברעיִשער אוניווערסיטעט האָט הינטער זיך אַ לאַנגע געשיכטע. דעם ווינקלשטיין האָט מען געלייגט אויפֿן הר־הצופֿים (באַרג סקאָפּוס) אין 1918, קנאַפּע עטלעכע חדשים נאָכן אַרויסלאָזן אין 1917 די באַלפֿור־דעקלאַראַציע, וואָס האָט פֿעסטגעשטעלט אַז די בריטישע מלוכה שטיצט דאָס עטאַבלירן אַ נאַציאָנאַל היימלאַנד אין פּאַלעסטינע פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק.

דעם אוניווערסיטעט גופֿא האָט מען געעפֿנט אין 1925, בײַ אַ גאַלאַ־צערעמאָניע וווּ סע זענען בײַגעווען אַ צאָל דיגניטאַרן, צווישן זיי — דעם גראַף פֿון באַלפֿור, דעם וויקאָנט אַלענבי, און סער הערבערט סאַמיועל — אַלע וויכטיקע פּערזענלעכקייטן אינעם גרינדן דאָס ייִדישע היימלאַנד.

בשעת דער אַראַביש־ישׂראלדיקער מלחמה אין 1948, ווען ירדן האָט פֿאַרכאַפּט דעם באַרג נאָך אַ שלאַכט אין וועלכער סע זענען אומגעקומען 79 ייִדן — ס׳רובֿ דאָקטוירים און קראַנקן־שוועסטער פֿונעם אוניווערסיטעטישן הדסה־שפּיטאָל – האָט דער אוניווערסיטעט זיך אַריבערגעצויגן אויף אַ נײַעם קאַמפּוס אין גבֿעת־רם, אין מערבֿ־ירושלים. נאָך דער זעקסטאָגיקער מלחמה אין 1967 האָט אַ טייל פֿונעם אוניווערסיטעט זיך אומגעקערט אויפֿן הר־הצופֿים.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.