ווידעאָ ווײַזט ווי כאָר זינגט „אָ קאַנאַדע‟ אויף ייִדיש

Video Released of Chorus Singing "O Canada" in Yiddish

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 13, 2017, issue of June 29, 2017.

מיט אַ וואָך צוריק איז דערשינען אינעם „פֿאָרווערטס‟ אַ נײַעס־באַריכט וועגן דעם, ווי אַזוי צוויי קינדער פֿון שארית־הפּליטהניקעס האָבן אַראַנזשירט, אַז מע זאָל איבערזעצן דעם קאַנאַדער נאַציאָנאַלן הימען און אים זינגען אויף דער טעלעוויזיע.

איצט האָט די מעדיע־פֿירמע ZoomerMedia, געגרינדעט דורך משה זניימער, אַ ייִדיש־רעדנדיקער זון פֿון ייִדישע פּליטים וואָס איז געבוירן געוואָרן אין טאַדזשיקיסטאַן, אַרויפֿגעשטעלט אויף דער פֿירמעס יוטוב קאַנאַל דער ווידעאָ, אין וועלכן איבער הונדערט זינגער שטעלן פֿאָר דאָס ליד אויף טעלעוויזיע. אַ סך פֿון די זינגער האָבן דערקלערט, אַז זיי האָבן געוואָלט אָנטיילנעמען אינעם פּראָיעקט ווי אַן אופֿן צו באַערן דעם מולטיקולטוראַליזם פֿון זייער היימלאַנד.

אין אַ ווידעאָ־באַריכט, וואָס מע האָט געמאַכט אויף דער רעקאָרדיר־סעסיע, דערקלערט די איבערזעצערין הינדי נאָסעק־אַבלסאָן, אַז אירע עלטערן וואָלטן געווען שטאָלץ צו זינגען דעם הימען אויף ייִדיש, ווײַל פֿאַר זיי איז קאַנאַדע געווען אַ „גן־עדן אויף דער ערד‟. מסתּמא די עלטסטע זינגערין אינעם כאָר איז געווען מערי שלאַנגער, אַ 98־יעריקע ייִדישע טאָכטער פֿון דער שארית־הפּליטה.

דעם פֿולן טעקסט פֿון דער איבערזעצונג איז:

אָ קאַנאַדע
אונדזער היים און אייגן לאַנד
מיר ליבן דיך מיט וווּנדער און פֿאַרשטאַנד
מיט הערצער פֿולע זעען מיר
אַ לאַנד גרויס מיט פֿרײַהייט
פֿון נאָענט, ווײַט.

אָ קאַנאַדע
מיר שטייען בײַ דײַן זײַט
גאָט בענטשט דאָס לאַנד, מיט פּרעכטיקע פֿרײַהייט
אָ קאַנאַדע, מיר שטייען בײַ דײַן זײַט
אָ קאַנאַדע, מיר שטייען בײַ דײַן זײַט.