אַ הונט איז מיר באַשערט געווען!

I Needed This Dog Like a Hole in the Head

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published June 14, 2017, issue of June 29, 2017.

(די 5 טע זײַט פֿון 5)

אָבער ווי לאַנג האָב איך געקענט בלײַבן אין דער שאַפֿע? האַב איך אויסגעטראַכט אַ פּלאַן: איך וועל אַרויסגיין, מאַכן אַן אָנשטעל פֿון גבֿורה, אַלבערטן קוקן גלײַך אין די אויגן ווי פֿריִער, שמייכלען און שעפּטשען גוטע ווערטער: ׳שיינער הונט, פֿײַנער הונט, אאַז״וו, ביז איך וועל אָנקומען גענוג נאָענט צו אים אַוועקצונעמען מײַן שטעקשוך. דאָס האַרץ האָט בײַ מיר געקלאַפּט ווי אַ פּויק, אָבער איך האָב געפּרוּווט אויספֿירן דעם פּלאַן, ביז איך בין געקומען אַ האַלבן מעטער פֿון אים און פּאַוואָליע אַרויסגעשטעקט אַ האַנט צו נעמען דעם שטעקשוך. דאַן האָט ער זיך בייז צעוואָרשטשעט, אָבער נישט געעפֿנט דאָס מויל. כ׳האָב שטאַרק מורא געהאַט, גיך געעפֿנט די טיר, געגעבן אַ קוויטש: „וועלוול!“ און געלאָפֿן אים געפֿינען.

וועלוול איז געזעסן אין צימערל און געלייענט די טעקסטלעך אויף זײַן מאָבילקע. „וואָס איז? וואָס איז? פֿאַר וואָס ציטערסטו אַזוי?“

„דער הונט ברומט ווי ער וואָלט מיך געוואָלט הרגענען.“

„ניין! ער איז אַן אַלטער הונט, אַ גוטער. ער האָט נאָך קיינעם נישט דערהרגעט. באַרויִק זיך. דו ביסט מיט אים געווען אַזוי לאַנג אויבן, אַז איך האָב געמיינט איר זײַט שוין פּאַני בראַט!“

„דו לאַכסט שוין ווידער אָפּ פֿון מיר. גיי אַרויף און נעם אים אַרויס פֿון מײַן שלאָפֿצימער. נעם צו בײַ אים מײַן שטעקשוך און נעם אים אַרויס פֿון מײַן הויז!“

„יעצט קען איך אַרויפֿגיין אין דײַן שלאָפֿצימער?“ האָט ער געפֿרעגט, שמייכלענדיק, ווידער מיט חוזק.

„יאָ, פֿאַר וואָס נישט? אַז איך בין דאָרטן נישטאָ, מעגסטו אַרויפֿגיין,“ האָב איך אים געזאָגט און ווען ער איז שוין געווען אויף די טרעפּ, האָב איך אים נאָכגעשריגן: „נעם פֿון אים אַוועק מײַנע קליידער און מײַן שטעקשוך.“

עטלעכע מינוט שפּעטער שרײַט ער אַראָפּ צו מיר: „קום אַרויף אַהער. דו מוזסט מיר מיט עפּעס העלפֿן, און ברענג פּאַפּירענע האַנטעכער.“

„ניין, איך קום נישט אַרויף. גענוג מיט דײַנע קונצן. אַלע מענער זענען די זעלבע.“

ווען ער איז אַראָפּגעקומען האָב איך אים געזאָגט, אַז ס’רעגנט נישט מער. „נעם דעם הונט אַרויס פֿון מײַן הויז.“

„איז ווען וועלן מיר האָבן אַ געלעגנהייט צו רעדן?“

„יעצט בין איך צו אויפֿגערעגט צו רעדן, און אויב דו ביסט אַלע מאָל צוזאַמען מיטן הונט מיין איך ס׳איז אויס שידוך. ס׳איז אַ שאָד, אָבער דאָס איז מיר קלאָר. די הענט און פֿיס וואַרפֿן זיך בײַ מיר. איך וועל מוזן אײַננעמען אַ וואַליום זיך צו באַרויִקן.“

„נו, ווי דו ווילסט! כ׳האָב געהאָפֿט, אַז עס וועט זײַן אַנדערש.“  

ער האָט דעם הונט געהאַלטן פֿאַרן קאָלנער. אַלבערט האָט נאָך אין דער מאָרדע געהאַלטן דאָס וואָס איך האָב קוים דערקענט איז מײַן שטעקשוך.

„איך האָב אויך נישט באַוויזן אַוועקנעמען דעם שוך,‟ האָט ער צוגעגעבן. „אָבער קוק אים אָן. זעסטן נישט ווי ער שעמט זיך? וואָס קען מען טאָן? ער ווערט זייער צערודערט פֿון דונער און בליצן.“

„וועלוול…“ האָב איך אָנגעהויבן זיך באַקלאָגן, אָבער ער האָט מיך איבערגעהאַקט.

”גלייב מיר, איך האָב געפּרוּווט אַרויסנעמען דעם שוך אָבער כ׳האָב בשום־אופֿן נישט געקענט.“

וועלוול און אַלבערט זענען ביידע פּאַמעלעך צוגעגאַנגען צום אויטאָ, זיך אַרײַנגעזעצט און אַוועקגעפֿאָרן. כ׳האָב זיך דערפֿילט ליידיק אינעווייניק, אין גאַנצן אָן געפֿיל. ס׳איז נישט געווען שפּעט, נאָר איך האָב זיך געוואָלט צולייגן אַ ביסל, איבערקלערן וואָס האָט דאָ פּאַסירט. בין איך אַרויף צו זיך אין שלאָפֿצימער און געפֿונען נישט נאָר די צעקײַטע בלוזקעס מײַנע אויפֿן בעט, נאָר אונטער די גאַרדינען — אַ „מתּנה‟ פֿון אַלבערטן. דערפֿאַר האָט וועלוול געוואָלט די פּאַפּירענע האַנטעכער! „צון אַל די שוואַרצע יאָר!“ האָב איך אויסגעשריגן.

כ’האָב גענומען אַ קיבל וואַסער, שמאַטעס, זייף און אַ דראָטענעם באַרשט און געשוווירן אַז קיין הינט וועלן שוין מער נישט איבערטרעטן מײַן שוועל.


כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט חנה־פֿײַגל טערטלטויב, שרײַבט איר אויף דעם אַדרעס: doctorkf@gmail.com