רעפֿעראַט לזכר מרדכי און טשאַרנע שעכטער ז׳׳ל

Lecture in Honor of Mordkhe and Charne Schaechter

מרדכי און טשאַרנע שעכטער
מרדכי און טשאַרנע שעכטער

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 15, 2017, issue of June 29, 2017.

צום צענטן מאָל פֿירט די „ייִדיש־ליגע‟, צוזאַמען מיטן „ייִוואָ‟, אָן מיט אַן אַקאַדעמישן רעפֿעראַט אויף ייִדיש לזכר דעם לינגוויסט און אַקטיוויסט פֿאַר ייִדיש, מרדכי שעכטער ז׳׳ל. זינט עס איז אַוועק זײַן פֿרוי טשאַרנע שעכטער ז׳׳ל אין 2014 ווידמען די צוויי אָרגאַניזאַציעס די פּראָגראַם אויך איר אָנדענק.

הײַיאָר וועט ד׳׳ר רחמיאל פּעלץ, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע שטודיעס אין „דרעקסל־אוניווערסיטעט‟, האַלטן אַ רעפֿעראַט, לזכר ווײַנרײַכס 50סטן יאָרצײַט, מיטן נאָמען “אוריאל ווײַנרײַך: די בריק אין דער ייִדישער קולטור צווישן מיזרח־אייראָפּע און אַמעריקע”, וווּ ער וועט דערקלערן ווי אַזוי די קאָמבינאַציע פֿון ווײַנרײַכס ערשטע יאָרן אין אייראָפּע און ווײַטערדיקער דערציִונג אין אַמעריקע האָט אים אויסגעפֿורעמט ווי דער יחיד־במינו וואָס פֿאַרשטייט דאָס פֿעלד פֿון ייִדיש און ווי אַזוי אויסצושולן פֿאָרשערס־פּראָפֿעסאָרן פֿאַר די קומעדיקע דורות. פּעלץ וועט אין דער לעקציע נאָכגיין די טריט פֿונעם 13־יאָריקן בחור בײַם אויסבראָך פֿון דער מלחמה ביז זײַן טראַגישער פּטירה צו 40 יאָר, און פּרוּוון באַנעמען זײַן וויזיע פֿון ווי אַזוי איבערצוגעבן די אימפּעריע ייִדיש אַרײַן אין די הענט פֿון אַן אַמעריקאַנער דור.

ד׳׳ר רחמיאל פּעלץ איז געווען אַן אַקטיווער טוער אין דער ייִדישיסטישער יונגט־אָרגאַניזאַציע „יוגנטרוף‟, בעת ד׳׳ר שעכטער איז געווען דער בעל־יועץ.

אַחוץ דעם הויפּטרעדנער וועט אַרעלע ווישוואַנאַט, אַן אייניקל פֿון מרדכי און טשאַרנע שעכטער, וואָס איז אַליין אַ טאַלענטירטער לינגוויסט און שפּראַכקענער, רעדן וועגן זײַנע פּערזענלעכע זכרונות פֿון זײַן באָבע־זיידע. אין דער מוזיקאַלישער טייל פֿון פּראָגראַם וועט אויפֿטרעטן די זינגערין אינאַ באַרמאַש.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 9טן יולי, 1 אַ זייגער נאָך מיטאָג אינעם “ייוואָ”־בנין, 15 וועסט 16טע גאַס אין מאַנהעטן. כּיבוד וועט סערווירט ווערן נאָך דער פּראָגראַם. דער אײַנטריט איז בחינום אָבער מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער. כּדי צו רעזערווירן אַ בילעט באַזוכט: https://yivo.org/Schaechter2017.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.