בריוו פֿון אײַנשטיין וועגן גאָט און ישׂראל וועלן ליציטירט ווערן

Letters from Albert Einstein on God and Israel To Be Auctioned


פֿון ייִט״אַ

Published June 14, 2017, issue of June 29, 2017.

פֿינף בריוו וואָס אַלבערט אײַנשטיין האָט געשריבן דעם ייִדישן קוואַנטן־פֿיזיקער דוד באָום וועגן פֿאַרשידענע טעמעס ווי גאָט, דעם מעקאַרטיזם, און דער דעמאָלט־נײַער ייִדישער מדינה, וועלן באַלד ליציטירט ווערן. מע ריכט זיך אַז מע וועט פֿאַרקויפֿן געוויסע בריוו פֿאַר מער ווי $20,000 דאָלאַר. די ליציטאַציע וועט דורכגעפֿירט ווערן אויף דער אינטערנעץ דורך דער פֿירמע „ווינערס‟ אין ירושלים.

די בריוו, אָנגעשריבן אויף ענגליש מיט אַ שרײַבמאַשין במשך פֿון די יאָרן 1951 און 1954, ווערן פֿאַרקויפֿט דורך דער נחלה פֿון באָומס אַלמנה, וואָס איז געשטאָרבן פֿאַראַיאָרן. אײַנשטיין האָט אונטערגעשריבן די בריוו, וואָס געפֿינען זיך אין אַ גוטן מצבֿ. דער ערשטער אָנבאָט אויף איינס פֿון די בריוו איז $8,000.

דער פֿיזיקער באָום האָט געאַרבעט בײַם סאַו־פּאַולער אוניווערסיטעט און געוווינט אין בראַזיל אין 1951, ווען אײַנשטיין האָט אים אָנגעשריבן. ער איז אַנטלאָפֿן אַהין צוליב דעם וואָס ער האָט זיך געהאַט אָפּגעזאָגט פֿון רעדן פֿאַרן „קאָמיטעט פֿון אומאַמעריקאַנער אַקטיוויטעטן‟ בײַם אַמעריקאַנער קאָנגרעס איבער זײַנע פֿאַרבינדונגען צו דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. ער האָט געזאָגט אײַנשטיינען, מיט וועמען ער האָט מיטגעאַרבעט אין פּרינסטאָן־אוניווערסיטעט, אַז ער איז געווען זייער אומצופֿרידן אין בראַזיל.

אײַנשטיין האָט אים געענטפֿערט, אַז ער האַלט ניט אַז דער פּאָליטישער מצבֿ אין אַמעריקע וועט זיך באַלד פֿאַרבעסערן און אַז באָום זאָל בעסער פּרובירן אויסצוהאַלטן אין בראַזיל ביז ער ווערט ווערן אַ בירגער. בלויז דערנאָך האָט אײַנשטיין געעצהט, זאָל ער פֿאַרלאָזן בראַזיל, כּדי צו געפֿינען אַ מער אינטעלעקטועלן אַטמאָספֿער.

באָום האָט טאַקע פֿאַרלאָזט בראַזיל און זיך באַזעצט אין ישׂראל, וווּ ער האָט געלערנט צוויי יאָר בײַם „טכניון‟ אין חיפֿה. דאָרטן האָט ער זיך באַקענט מיט זײַן פֿרוי, שׂרה וואָלפֿסאָן. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך באַזעצט אין בריטאַניע אין 1957, וווּ באָום האָט געלערנט אינעם „בריסטאָלער אוניווערסיטעט‟ ביז זײַן פּטירה אין 1992.

„ישׂראל פֿאַרמאָגט אַן אַקטיוו און אינטערעסאַנט אינטעלעקטועל לעבן, אָבער די אָרטיקע מעגלעכקייטן זענען שטאַרק באַגרענעצט,‟ האָט אײַנשטיין געשריבן. „ס׳וואָלט געווען אַ שאָד זיך צו באַזעצן דאָרטן מיטן באַגער בלויז צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד בײַ דער ערשטער געלעגנהייט.‟ שׂרה באָום האָט זיך שפּעטער באַזעצט אין ירושלים, וווּ זי איז געשטאָרבן אין אַפּריל, 2016.

די ליציטאַציע וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 20טן יוני. מע קען לייענען עטלעכע פֿון די בריוו אויף דער וועבזײַט פֿון דער ליציטאַציע־פֿירמע.