פּרשת שלח, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Shlach, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 15, 2017, issue of June 29, 2017.

משה רבינו האָט אַרויסגעשיקט צוועלף מרגלים — אויסשפּירער — קיין ארץ־ישׂראל. די חז״ל גיבן איבער, אַז די געשיקטע זענען געווען גאָר חשובֿע מענטשן, די נשׂיאים פֿון יעדן ייִדישן שבֿט. נאָכן אויסשפּירן, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז ס׳איז אוממעגלעך אַרײַנצוקומען אין אַזאַ לאַנד און זיך דאָרטן צו באַזעצן, ווײַל דאָרטן וווינען שוין מעכטיקע פֿעלקער, וועלכע וועלן נישט אַרײַנלאָזן די ייִדן.

צוויי פֿון די מרגלים, יהושע בן נון און כּלבֿ בן יפֿונה, האָבן נישט מסכּים געווען מיט די טענות. דאָס ייִדישע פֿאָלק איז אָבער אַנטוישט געוואָרן און צוליב דעם האָט עס געמוזט וואַנדערן פֿערציק יאָר אינעם מידבר. פֿונעם עלטערן דור זענען אָנגעקומען קיין ארץ־ישׂראל בלויז יהושע און כּלבֿ.

נישט לאַנג צוריק האָבן מיר געלייענט די לענגסטע פּרשה אין דער תּורה — „נשׂא‟ — וווּ עס ווערן באַשריבן די קרבנות און נדבֿות, וואָס די נשׂיאים פֿון די שבֿטים האָבן געבראַכט אינעם משכּן. איבערגעחזרט מיט די זעלבע ווערטער, גיט די תּורה אָפּ יעדן נשׂיא אַ באַזונדערן כּבֿוד. ווי אַזוי זשע האָבן די זעלבע מענטשן געמאַכט אַזאַ קאַטאַסטראָפֿאַלן טעות און גורם געווען דעם 40־יאָריקן מידבר־גלות דעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, אַרײַנגערעכנט משה רבינו אַליין? פֿאַרוואָס האָבן אַזעלכע חשובֿע ייִדן נישט געגלייבט דעם צוזאָג פֿונעם אייבערשטן, אַז אַלע שוועריקייטן בײַם אַרײַנקומען קיין ארץ־ישׂראל קאָן מען בײַקומען?

אין די הײַנטיקע צײַטן ווערט די מעשׂה מיט די מרגלים צומאָל אָפּגעטײַטשט אויף צווייפֿלהאַפֿטיקע פּאָליטיזירטע אופֿנים. למשל, געוויסע טוער טײַטשן עס אָפּ, אַז כּלומרשט אַלע ייִדן מוזן שטרעבן עולה צו זײַן קיין ארץ־ישׂראל. פּונקט אין דער הײַנטיקער פּרשה געפֿינען מיר אָבער אַ געשיכטע פֿון אַ גרופּע ייִדן, וועלכע האָבן נישט געוואָלט וואַנדערן אינעם מידבר און געפּרוּווט אַרײַנצוקומען אינעם הייליקן לאַנד; די עמלקים און די כּנענים האָבן זיי אויסגעהרגעט. ווען דער אייבערשטער האָט „געפּסקנט‟ די גזירת־הגלות, האָט מען זי געמוזט פֿאָלגן. נישט אַלעמען איז באַשערט צו וווינען אין ארץ־ישׂראל און ס׳איז נישט קלאָר, אַז אַפֿילו אין משיחס צײַטן וועלן ייִדן בוכשטעבלעך מוזן זיך דאָרטן פֿאַרזאַמלען. די חז״ל באַטאָנען, אַז די גאַנצע וועלט וועט ווערן אַ הייליק לאַנד: „עתידה ארץ־ישׂראל להתפּשט בכל הארצות‟.

איינער אַ חסיד האָט, למשל, געוואָלט עולה זײַן קיין ארץ־ישׂראל און געבעטן אַ ברכה בײַם דריטן ליובאַוויטשער רבין, דעם „צמח־צדק‟. דער רבי האָט געענטפֿערט: „מאַך דאָ ארץ־ישׂראל!”. יעדעס אָרט, וווּ מע פֿירט זיך אויף הייליק, ווערט אַ הייליק אָרט. רבי מנחם מאירי, דער קלאַסישער מפֿרש פֿון גמרא, דערקלערט, אַז דער דאָזיקער פּרינציפּ איז חל נישט בלויז אויף ייִדן. ער האָט געהאַלטן, אַז די געגנט אין דרום־פֿראַנקרײַך, וווּ ער האָט געוווינט, איז ברוחניות אַ טייל פֿונעם הייליקן לאַנד, ווײַל די דאָרטיקע קריסטלעכע תּושבֿים פֿירן זיך אויף מיט דרך־ארץ און גלייבן אינעם רבונו־של־עולם.

אויב אַזוי, באַקומט זיך אַ טאָפּלטע קשיא: פֿאַרוואָס ווערט די טענה פֿון די מרגלים געשילדערט אין דער תּורה ווי אַ קאַטאַסטראָפֿאַלע עבֿירה? אינעם מידבר האָבן ייִדן במשך פֿון 40 יאָר געגעסן דעם מן, זיך עוסק געווען אין תּורה און מיצוות און נישט געדאַרפֿט זיך זאָרגן וועגן גשמיותדיקע ענינים. זיכער האָבן זיי פֿאַרוואַנדלט די סבֿיבֿה אַרום זיך אין אַ הייליק לאַנד. אַנשטאָט צו גיין אין אַן אָרט, וווּ די תּושבֿים זענען באַגאַנגען די ערגסטע עבֿירות אין דער וועלט, אַרײַנגערעכנט מענטשלעכע קרבנות, האָט דאָס פֿאָלק שטילערהייט געוואַנדערט, אַרומגערינגלט מיטן ליכט פֿון דער הייליקער שכינה.

די חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז פּונקט דאָס איז געווען דער טעות פֿון די מרגלים. זיי האָבן גוט געוווּסט, אַז ס׳איז מעגלעך אַרײַנצוקומען קיין ארץ־ישׂראל באַזעצן דאָס לאַנד. זיי האָבן אָבער נישט געוואָלט אַהין גיין, ווײַל דאָס לעבן אינעם מידבר איז גרינגער און פֿול מיט רוחניות.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.