גאַס אין ניו־יאָרק הײסט איצט נאָך אלי װיזל

NYC Street Is Named after Elie Wiesel

Getty Images

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 16, 2017, issue of June 29, 2017.

װי אַן אופֿן אָפּצומערקן דעם ערשטן יאָרצײַט פֿונעם נאָבעל־פּריז־לאַורעאַט אלי װיזל האָט די שטאָט ניו־יאָרק דינסטיק אַ נאָמען געגעבן דעם ראָג אױף 84סטער גאַס און „סענטראַל פּאַרק װעסט״ אין מאַנהעטן Elie Wiesel Way.

דער בירגער־מײַסטער ביל דעבלאַזיאָ און אַ צאָל אַנדערע אָפֿיציעלע פֿיגורן זענען בײַגעװען אויף דער צערעמאָניע.

„זײַן אומפֿאַרמײַדלעכער בטחון אין דער מענטשהײט דינט אונדז װי אַן אייביקער בײַשפּיל פֿון מוט און טאָלעראַנץ, און זײַנע װערטער — װי אַ מיטל קעגן שרעק און אונטערדריקונג אין די זייער אומזיכערע צײַטן,״ האָט דעבלאַזיאָ געזאָגט.

װיזעל, װאָס איז ניפֿטר געװאָרן דעם 2טן יולי 2016 אין עלטער פֿון 87 יאָר, איז געװען דער װעלט־באַרימטער מחבר פֿונעם בוך Night, װאָס באַשרײַבט פּרטימדיק זײַנע איבערלעבונגען אין די נאַצי־לאַגערן. דאָס בוך, װאָס ער האָט לכתּחילה אָנגעשריבן אױף ייִדיש, איז שױן איבערגעזעצט געװאָרן אויף מער װי 30 שפּראַכן און מע האָט שױן פֿאַרקױפֿט 10 מיליאָן עקזעמפּלאַרן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.