דוד גראָסמאַן באַקומט „מאַן־בוקער אינטערנאַציאָנאַלע פּרעמיע‟

David Grossman Wins Man Booker International Prize

דוד גראָסמאַן מיט זײַן איבערזעצערין דזשעסיקע כּהן בײַ דער צוטיילונג פֿון דער פּרעמיע
Getty Images
דוד גראָסמאַן מיט זײַן איבערזעצערין דזשעסיקע כּהן בײַ דער צוטיילונג פֿון דער פּרעמיע

פֿון ייִט״אַ

Published June 16, 2017, issue of June 29, 2017.

דער ישׂראלדיקער ראָמאַניסט דוד גראָסמאַן האָט געוווּנען די „מאַן־בוקער אינטערנאַציאָנאַלע פּרעמיע‟ פֿאַרן יאָר 2017.

ניק באַרלי, דער הויפּט־ריכטער פֿונעם הײַיאָריקן פּאַנעל, האָט דאָנערשטיק אָנאָנסירט אַז גראָסמאַנס ראָמאַן „אַ פֿערד גייט אַרײַן אין אַ שענק‟ האָט געוווּנען דעם פּריז בעת אַ וועטשערע בײַם „מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון וויקטאָריע און אַלבערט‟ אין לאָנדאָן.

גראָסמאַן, 63, איז דער מחבר פֿון מער ווי 17 ביכער, אַרײַנגערעכנט די באַקאַנטע ראָמאַנען „עיין ערך: אהבֿה‟ (See Under Love) און „אישה בורחת מבשורה‟ (To the End of the Land). זײַן ראָמאַן „סוס אחד נכנס לבר‟ (A HorseWalks Into a Bar) איז פּובליקירט געוואָרן אין ישׂראל אין 2014 און איז אַרויס אויף ענגליש אין דער איבערזעצונג פֿון דזשעסיקע כּהן. עס האַנדלט זיך וועגן איין טאָג אינעם לעבן פֿון אַ ישׂראלדיקן קאָמיקער, וואָס איז אויף צרות, און זײַנע זכרונות פֿון אַמאָליקע ליבעס, זײַנע עלטערן וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן און דעם ירושלימער קוואַרטאַל „רוממה‟.

די „מאַן־בוקער אינטערנאַציאָנאַלע פּרעמיע‟ פֿאַר בעלעטריסטיק איז געגרינדעט געוואָרן אין 2004 און ווערט אויסגעטיילט אַלע צוויי יאָר. גראָסמאַן איז דער ערשטער ישׂראלדיקער שרײַבער צו באַקומען די אויסצייכענונג. צווישן די אַנדערע שרײַבער וועמען מע האָט נאָמינירט פֿאַרן הײַיאָריקן פּריז זענען געווען עמוס עוז פֿאַר זײַן ראָמאַן „הבשורה על־פּי יהודה‟ (Judas) און די אַרגענטינער שרײַבערין פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, סאַמאַנטע שוועבלין, פֿאַר איר ראָמאַן Distancia de Rescate (Fever Dream).

„דוד גראָסמאַן האָט פּרובירט אָנצושרײַבן אַ ראָמאַן וואָס איז באמת אַ קונסט אַזוי ווי בײַ אַן אַקראָבאַט וואָס קריכט אויף אַ שטריק און ס׳איז אים דווקא וווּנדערלעך געלונגען,‟ האָט געזאָגט באַרלי, דער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־פֿעסטיוואַל אין עדינבורג, שאָטלאַנד. „׳אַ פֿערד גייט אַרײַן אין אַ שענק׳ באַטראַכט די ווירקונגען פֿון טיפֿן טרויער אָן שום סימן פֿון סענטימענטאַלקייט. דער הויפּטהעלד איז ווײַט ניט קיין פּערפֿעקטער מענטש אָבער ער איז אין גאַנצן איבערצײַגעוודיק. מיר זענען געווען איבערראַשט פֿון גראָסמאַנס גרייטקייט צו ריזיקירן סײַ דורך עמאָציאָנעלע, סײַ דורך סטיליסטישע מיטלען: בײַ אים איז ממש יעדן זאַץ, יעדעס וואָרט וויכטיק. די ווערק איז אַן ערשט־ראַנגיקער מוסטער פֿונעם פֿאַך פֿון שרײַבן.

דאָס איז בלויז דאָס צווייטע יאָר, וואָס מע טיילט די מאַן־בוקער אינטערנאַציאָנאַלע פּרעמיע צו איין בוך. די פּרעמיע פֿון £50,000 ($66,000) ווערט צעטיילט גלײַך אויף צוויי צווישן דעם מחבר און דעם איבערזעצער. אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט דער פּריז אָנערקענט אַלע ווערק, וואָס אַ מחבר האָט אָנגעשריבן במשך פֿון זײַן קאַריערע. דער אַמעריקאַנער ייִדישער שרײַבער פֿיליפּ ראָט האָט באַקומען די פּרעמיע אין 2011.