„פֿאָרווערטס‟ און Forward באַקומען 9 „ראָקאָווער‟־פּרעמיעס

Forverts and Forward Receive 9 Rockower Awards

ישׂראל קרישטאָל ווײַזט דעם צערטיפֿיקאַט פֿון „גינעס‟, וואָס באַשטעטיקט, אַז ער איז דער עלטסטער מאַן אויף דער וועלט. מיט אים איז דער שעף פֿון רעקאָרדן בײַ „גינעס‟, מאַרקאָ פֿריגאַטי
Courtesy of guinnessworldrecords.com
ישׂראל קרישטאָל ווײַזט דעם צערטיפֿיקאַט פֿון „גינעס‟, וואָס באַשטעטיקט, אַז ער איז דער עלטסטער מאַן אויף דער וועלט. מיט אים איז דער שעף פֿון רעקאָרדן בײַ „גינעס‟, מאַרקאָ פֿריגאַטי

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 18, 2017, issue of June 29, 2017.

די „אַמעריקאַנער ייִדישע פּרעסע־אַסאָציאַציע‟ האָט לעצטנס אַנאָנסירט די אַרטיקלען, פֿאַר וועלכן מע וועט אין נאָוועמבער צוטיילן „ראָקאָווער‟־פּריזן. צווישן די אָנערקענטע אַרטיקלען פֿון 2016 געפֿינט מען 9, וואָס זענען דערשינען אינעם „פֿאָרווערטס‟ און Forward.

דזשאָרדין קוציק, אַ מיטאַרבעטער אינעם „פֿאָרווערטס‟, האָט באַקומען אַ „ראָקאָווער‟־פּרעמיע אויפֿן צווייטן אָרט אין דער קאַטעגאָריע „פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון דוד פֿראַנק פֿאַר אַן אויסגעצייכנטן פּראָפֿיל פֿון אַ פּערזענלעכקייט פֿאַר צײַטונגען, וואָס האָבן אַ טיראַזש פֿון ווייניקער ווי 15,000 אַבאָנענטן פֿאַר זײַן אַרטיקל וועגן דעם לעבן פֿון ישׂראל קרישטאָל, דער 113־יעריקער לאָדזשער ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס וווינט הײַנט אין חיפֿה.

פֿאַראַיאָרן האָט דזשאָרדין קוציק געוווּנען אין דער זעלביקער קאַטעגאָריע אויפֿן ערשטן אָרט פֿאַר זײַן פּראָפֿיל פֿונעם „דעלי־מאַן‟ זיגי גרובער. אַחוץ דעם „ראָקאָווער־פּריז‟ האָט ער אויך הײַיאָר געוווּנען אַ חשובֿע „איפּי‟־פּרעמיע פֿאַר זײַן מיינונגס־אַרטיקל וועגן דעם אַרמענער־גענאָציד.

אַחוץ דער „ראָקאָווער‟־פּרעמיע פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟ וועט די „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע אויך באַקומען נאָך 9 אויסצייכענונגען, 5 אויפֿן ערשטן אָרט און 3 אויפֿן צווייטן אָרט, פֿאַר אַרטיקלען, וואָס מע האָט געדרוקט אין 2016 אינעם Forward.

די פֿאָלגנדיקע שרײַבער און קינסטלער זענען געקומען אויפֿן ערשטן אָרט:

ניל גייבלער — פֿאַר זײַן אַרטיקל „פֿאַר וואָס די ייִדן טאָרן קיינמאָל ניט אויפֿגעבן זייער ליבעראַליזם‟.

דן רבֿיבֿ און יוסי מעלמאַן — פֿאַר זייער אַרטיקל „דער נאַצי וואָס איז געוואָרן אַ מוסד־אַטענטאַטאָר‟.

דוד צבֿי קאַלמאַן — פֿאַר זײַן אַרטיקל „די מאָדנע און בלוטיקע געשיכטע פֿונעם גראַגער‟.

טאַליע זאַקס — פֿאַר איר אַרטיקל „ווי אַזוי דער 87־יעריקער גרינדער פֿונעם ייִדישן סבֿיבֿיזם האָט געווירקט אויף מיר‟.

קורט האָפֿמאַן, אַניע אוליניטש, עליין ניו און קאַראָלײַן קאָקס — פֿאַר זייער אויסשטעל פֿון דער צײַטונג.

סאָפֿיע מאַרי־אונטערמאַן, נעמי זעוועלאָף און סימי האָראָוויטש וועלן באַקומען „ראָקאָווער־אויסצייכענונגען‟ אויפֿן צווייטן אָרט פֿאַר זייערע אַרטיקלען.