פֿרייד איבערן קומענדיקן ישׂראל־וויזיט פֿונעם אינדישן פּרעמיער

High Turnout Expected For Indian PM's Visit to Israel

דער אינדישער פּרעמיער נאַרענדראַ מאָדי
Getty Images
דער אינדישער פּרעמיער נאַרענדראַ מאָדי

פֿון סעם קעסטענבוים (Forward)

Published June 20, 2017, issue of June 29, 2017.

ישׂראלים פֿון אינדישן אָפּשטאַם האָבן, ווי סע זעט אויס, שטאַרק ליב דעם אינדישן פּרעמיער נאַרענדראַ מאָדי.

לויט אַ באַריכט אין דער צײַטונג Jerusalem Post ריכט מען זיך, אַז אַרום 4,000 ישׂראלישע ייִדן וואָס שטאַמען פֿון אינדיע וועלן בײַזײַן אויף אַן אונטערנעמונג, וואָס מאָדי וועט אָנפֿירן דערמיט בשעת זײַן שטאַרק אויסגעקוקטן 3־טאָגיקן וויזיט קיין ישׂראל אין יולי.

די אונטערנעמונג, וואָס וועט פֿאָרקומען אינעם תּל־אָבֿיבֿער קאָנפֿערענץ־צענטער, ווערט געצילעוועט אויף די ישׂראלים פֿון אינדישן אָפּשטאַם. בערך 85,000 ייִדן אין ישׂראל שטאַמען פֿון אינדיע, לויט דער אינדישער אַמבאַסאַדע אין תּל־אָבֿיבֿ. נאָך 10,000 נישט־ייִדישע אינדישע בירגערס, ס׳רובֿ פֿון זיי — אויפֿפּאַסער פֿאַר עלטערע און קראַנקע לײַט — אַרבעטן הײַנט אין ישׂראל.

די באַציִונגען צווישן אינדיע און ישׂראל האָבן זיך ממשותדיק דערוואַרעמט אונטער מאָדיס פֿירערשאַפֿט, און ער מיט דעם ישׂראלישן פּרעמיער בנימין נתּניהו באַגריסן זיך אַפֿילו אָפֿט אויף טוויטער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.