פֿליִענדיקע באַנען — מער נישט קיין חלום

Flying Trains? No Longer a Fantasy

אַלעקסיי אַבריקאָסאָוו
Courtesy of letopis.msu.ru
אַלעקסיי אַבריקאָסאָוו

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 20, 2017, issue of June 29, 2017.

נישט לאַנג צוריק האָט די יאַפּאַנישע פֿירמע Japanese Rail Central, וואָס בויט די שנעלע באַן־ליניע צווישן באָסטאָן און וואַשינגטאָן, איבערגעגעבן, אַז די נײַע ליניע וועט זײַן, מסתּמא, די גיכסטע אין דער וועלט. לויטן פּלאַן, וועט די גיכקייט פֿון דער באַן דערגרייכן 310־350 מײַל אַ שעה; פֿון באָסטאָן ביז דער אַמעריקאַנער הויפּטשטאָט וועט מען קאָנען זיך דערקלײַבן בלויז אין 15 מינוט.

אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט די געוויינטלעכע באַנען, וועלן די וואַגאָנען פֿליִען בערך 4 אינטשעס איבער דער ערד. צוליב דעם קאָן די נײַע ליניע זיך פֿאַרמעסטן מיט די עראָפּלאַנען. די שטאַרקע סופּערדורכפֿירער (superconductors) וועלן אָפּשטויסן די באַן אין דער לופֿטן פֿון די מאַנגעטן, וואָס וועלן אינסטאַלירט ווערן אויף דער ערד און שפּילן די ראָלע פֿון אַ מין רעלסן. די שטילע נסיעה וועט זיך פֿילן פֿאַקטיש ווי אַן עראָפּלאַן־פֿלי.

דעם 9טן אַפּריל איז אין וואַשינגטאָן פֿאָרגעקומען אַן אָפֿענע דיסקוסיע וועגן מעגלעכע מאַרשרוטן פֿון דער פּלאַנירטער ליניע. דער שמועס וועגן דעם פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהויבן נאָך אין 1999; נאָך לאַנגע דעבאַטן און פֿינאַנציעלע באַהאַנדלונגען, האָט דער יאַפּאַנישער פּרעמיער־מיניסטער שינזאָ אַבע פֿאָרגעלייגט דעם פֿריִערדיקן אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ צו דעקן אַלע הוצאות פֿון דער חידושדיקער באַן־ליניע. דער אויפֿבוי וועט אָפּקאָסטן פֿון 10 ביז 12 מיליאַרד דאָלאַר. די יאַפּאַנישע פֿירמע גיט אָבער איבער, אַז די אַרבעט איבער דער ליניע וועט פֿאַרנעמען אַ סך יאָרן. מע איז זיך משער, אַז די באַנען וועלן אָנהייבן פֿאָרן — אָדער גיכער פֿליִען — אָנהייבנדיק פֿון 2030־2035.

אַזעלכע באַנען זענען דערווײַל בנימצא נאָר אין דרײַ לענדער: יאַפּאַן, כינע און דרום־קאָרעע.

דעם 29סטן מאַרץ, גלײַך פֿאַר דער דערמאָנטער דיסקוסיע וועגן דער פּלאַנירטער באַן־ליניע, איז אין פּאַלאָ־אַלטאָ, קאַליפֿאָרניע, ניפֿטר געוואָרן פֿון אַ האַרץ־קלאַפּ דער סאָוועטישער פֿיזיקער אַלעקסיי אַבריקאָסאָוו (1928־2017), וועלכער האָט אינעם יאָר 2003 געוווּנען אַ נאָבעל־פּרעמיע פֿאַרן אַנטדעקן אַ נײַעם מין סופּערדורכפֿירער, אויפֿן סמך פֿון דער טעאָריע פֿון זײַנע קאָלעגן, וויטאַלי גינזבורג און לעוו לאַנדאַו. גינזבורג האָט באַקומען די פּרעמיע בשותּפֿות מיט אַבריקאָסאָוון.

די סופּערדורכפֿירנדיקע מאַטעריאַלן פֿונעם נײַעם קלאַס, וואָס אַבריקאָסאָוו האָט אַנטדעקט בעת זײַנע עקספּערימענטן, פֿאַרלירן נישט זייערע אייגנשאַפֿטן אַפֿילו אין אַן עקסטרעם־ריזיק מאַגנעטיש פֿעלד, ביז 25 טעסלאַ. אין אַזאַ ריזיקן פֿעלד באַווײַזן זיך קלאָר פֿאַרשיידענע עפֿעקטן, וואָס בלײַבן געוויינטלעך זייער שוואַך. ווי ס׳איז באַקאַנט, ווערט אַ פּשוטער שטוב־מאַגנעט צוגעצויגן בלויז צום אײַזן און שטאָל; אויף די אַנדערע מאַטעריאַלן ווירקט ער בכלל נישט. אין דער אמתן, זענען אַלע שטאָפֿן מאַנגעטיש אויף שוואַכערע אופֿנים. אַ סך מאַטעריאַלן זענען דיאַמאַגנעטיש — דאָס מיינט, אַז דער מאַגנעט שטויסט זיי אָפּ, להיפּוך צום אײַזן. אינעם דערמאָנטן ריזיקן פֿעלד פֿון 25 טעסלאַ פֿליִען אַרויף פֿונעם מאַגנעט קופּער, זילבער, האָלץ און אַפֿילו וואַסער.

דער שטאַרקסטער מין דיאַמאַגנעטישע מאַטעריאַלן זענען די סופּערדורכפֿירער גופֿא. אָט־דעם עפֿעקט וועט מען אויסנוצן אין דער קומענדיקער באַן־ליניע. אַחוץ אַזעלכע כּמעט פֿאַנטאַסטישע פּראָיעקטן, ווערן שטאַרקע סופּערדורכפֿירנדיקע מאַטעריאַלן ברייט באַנוצט איבעראַל אין דער מאָדערנער מעדיצין — דהײַנו, אין דער מאַגנעטישער טאָמאָגראַפֿיע (MRI).



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.