אָפּגעפֿאָרענע חסידים ווערן געזוכט פֿאַר טעאַטער־וואַרשטאַט

Ex-Hasidim Sought for Yiddish Theater Workshop

די רעזשיסאָרין מילענאַ קאַרטאָװסקי (לינקס) לערנט די אַקטיאָרן אַן עלעמענט פֿון דער טעאַטער־טעכניק
Ralph Gabriner
די רעזשיסאָרין מילענאַ קאַרטאָװסקי (לינקס) לערנט די אַקטיאָרן אַן עלעמענט פֿון דער טעאַטער־טעכניק

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 20, 2017, issue of June 29, 2017.

פֿאַראַיאָרן האָט די פּאַריזער ייִדישע זינגערין און אַנטראָפּאָלאָגין מילענאַ קאַרטאָווסקי־אַיאַך אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדיש־שפּראַכיקער טעאַטער־לאַבאָראַטאָריע, וואָס האָט צונויפֿגעבראַכט די פֿרומע און פֿרײַע ייִדיש־רעדנדיקע קהילות. די אַקטיאָרן האָבן אין איינעם פֿאָרגעשטעלט עטלעכע אויטאָביאָגראַפֿישע סצענעס אויף ייִדיש.

דעם זומער וועט מילענאַ קאַרטאָווסקי־אַיאַך ווידער אָנפֿירן מיט איר „לאַבאָראַטאָריע“ און זוכט שוין מענטשן וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט: סײַ מענטשן וואָס האָבן שוין פּראַקטיק אין טעאַטער און קונסט, סײַ די וואָס האָבן נאָך נישט קיין דערפֿאַרונג.

די וואַרשטאַטן, אָנגעפֿירט דורכן „נײַעם ייִדישן־רעפּערטואַר־טעאַטער“ און דעם פּאַריזער־טעאַטער Les Haim Company, וועלן פֿאָרקומען אין ניו־יאָרק מאָנטיק, דעם 17טן יולי, און זונטיק, דעם 22סטן יולי. די סעסיעס, וואָס וועלן אָנגעפֿירט ווערן אויף ייִדיש און ענגליש, וועלן העלפֿן די באַטייליקטע אימפּראָוואָזירן און זיך פֿרײַ באַנוצן מיט עלעמענטן פֿון זייער חסידישער פֿאַרגאַנגענהייט אַזוי ווי די לידער, וואָס זיי האָבן יאָרן לאַנג געהערט און געזונגען.

כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט מילענאַ קאַרטאָווסקי־אַיאַך: milenakartowski@me.com



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.