קרית־יואל וועט אפֿשר ווערן אַן אומאָפּהענגיק שטעטל

Kiryas Joel May Become an Independent Town

סאַטמאַרער שטעטל „קרית־יואל“
Wikimedia Commons
סאַטמאַרער שטעטל „קרית־יואל“

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 21, 2017, issue of June 29, 2017.

שוין לאַנגע יאָרן קומען פֿאָר צוזאַמענשטויסן צווישן די תּושבֿים פֿונעם סאַטמאַרער שטעטל „קרית־יואל“ און די ניט־חסידישע אײַנוווינער פֿונעם שטעטל „מאָנראָ“, צו וועלכן עס געהערט.

ווי מע האָט פֿאַראַיאָרן באַשריבן אינעם ”פֿאָרווערטס“ זענען די לעגאַלע באַציִונגען צווישן שטעט, שטעטלעך און דערפֿער זייער אַ קאָמפּליצירטער ענין אין שטאַט ניו־יאָרק. אינעם אַרטיקל האָט מען דערקלערט אַז „כאָטש אין קרית־יואל וווינען מער ווי 20,000 אײַנוווינער, איז עס אָפֿיציעל נישט קיין שטעטל, נאָר אַ „דאָרף‟ — אַ טייל פֿונעם גרעסערן שטעטל מאָנראָ אין אָראַנדזש־קאַונטי. מאָנראָ אַליין באַשטייט פֿון זיבן דערפֿלעך, און דאָס גרעסטע פֿון זיי איז טאַקע קרית־יואל. צוליב דעם, וואָס די חסידים אין קרית־יואל שטימען אין איינעם, האָבן זיי אַ ממשותדיקע פּאָליטישע מאַכט אינעם שטעטל מאָנראָ און שטיצן די פּאָליטיקער, וואָס זייער פּאָליטיק איז אָפֿט געצילט קעגן די אינטערעסן פֿון די ניט־חסידישע אײַנוווינער.‟

צוליב די כּסדרדיקע קאָנפֿליקטן האָבן די פֿירער פֿון קרית־יואל פֿאַראַיאָרן פֿאָרגעלייגט, אַז דאָס ייִדישע שטעטל זאָל זיך פֿונאַנדערטיילן פֿון מאָנראָ און ווערן אַ שטעטל פֿאַר זיך מיטן נאָמען „צפֿון־מאָנראָ“. לויטן פּלאַן האָט דאָס נײַע שטעטל געדאַרפֿט באַשטיין פֿונעם שטח פֿונעם איצטיקן דאָרף קרית־יואל, ווי אויך אַן איבעריקע 382 אַקערס פֿון אַרומיקע דערפֿלעך.

לכתּחילה האָט די הויפּט־אָרגאַניזאַציע פֿון קריטיקער פֿון קרית־יואל United Monroe (פֿאַראייניקטע מאָנראָ) דערקלערט, אַז זיי זענען ניט מסכּים מיטן פּלאַן. לעצטנס, אָבער, האָט די אָרטיקע צײַטונג Times Herald Record איבערגעגעבן, אַז די צוויי צדדים האָבן דערגרייכט אַן אָפּמאַך. די גענויע פּרטים פֿונעם אָפּמאַך זענען נאָך ניט פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אָבער מע ווייסט יאָ, אַז מאָנראָ שטיצט דעם פֿאָרשלאָג, אַז קרית־יואל זאָל ווערן אַן אומאָפּהענגיק שטעטל. לויטן באַריכט פֿונעם Times Herald Record וועט קרית־יואל ניט באַקומען די עקסטרע 382 אַקערס וואָס זײַנע אײַנוווינער האָבן פֿאַרלאַנגט, אָבער זיי וואָלטן יאָ געהאַט אַ גרעסערע דעה איבער זייערע אייגענע ענינים ווי פֿריִער.

איידער קרית־יואל קען ווערן אַן אומאָפּהענגיק שטעטל דאַרף אַ ריי שטאַטישע רעגירונג־אינסטאַנצן אָפֿיציעל באַשטעטיקן דעם פּלאַן. דערווײַל זעט אויס אַז דער שטאַט וועט טאַקע גוטהייסן דעם פּלאַן’ און קרית־יואל (אפֿשר מיטן נײַעם נאָמען „צפֿון־מאָנראָ“) וועט במילא ווערן דאָס ערשטע נײַע שטעטל אין ניו־יאָרק במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 35 יאָר.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.