פּרשת קורח, תּשע״ו

Weekly Torah Portion: Korach, 5776

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 22, 2017, issue of June 29, 2017.

קורח, אַ פּראָמינענטער מענטש פֿונעם שבֿט לוי, האָט אָרגאַניזירט אַן אויפֿשטאַנד קעגן משה רבינו. זײַענדיק אַליין אַ קרובֿ פֿונעם נבֿיא, איז ער אויפֿגעטראָטן מיט דער טענה, אַז משה רבינו טאָר זיך נישט האַלטן העכער ווי אַנדערע ייִדן, און אַז אַן אַנדער לוי, אַזוי ווי אַהרן, מעג אויך ברענגען די קרבנות אינעם משכּן.

קורחס אויפֿשטאַנד האָט צוגעצויגן אַ גרויסן עולם, אַרײַנגערעכנט דתן און אַבֿירם, צוויי מנהיגים פֿון שבֿט ראובֿן, און 250 גרויסע תּלמידי־חכמים. די חז״ל דערציילן, אַז קורחס נאָכגייער זענען געקומען צו משה רבינו אָנגעטאָן אין בלויע טליתים, געמאַכט פֿון ריינעם תּכלת, און געפֿרעגט, צי אַזאַ בגד מוז האָבן ציצית. דער נבֿיא האָט געענטפֿערט, אַז יאָ. קורחס נאָכפֿאָלגער האָבן אָנגעהויבן חוזק מאַכן פֿון משהן, ווײַל לויט זייער דעה האָט ער נישט ריכטיק געפּסקנט.

צו לייזן די סיטואַציע, האָט משה פֿאָרגעלייגט קורחס חבֿרה צו ברענגען אַ קטורת אינעם משכּן. אויב זיי מעגן עס טאַקע טאָן, ווי זיי גלייבן, וועט דער אייבערשטער אָננעמען זייער עבֿודה. ווען קורח און זײַנע חבֿרים האָבן אויפֿגערויכערט דעם ווײַרעך, האָט די ערד זיך פּלוצעם צעעפֿנט; די אויפֿשטענדלער זענען אַרײַנגעפֿאַלן, צוזאַמען מיט זייערע משפּחות און פֿאַרמעגנס. אַ טייל פֿון זיי זענען אויך פֿאַרברענט געוואָרן אין אַ פֿײַער, אַראָפּגעפֿאַלן פֿון הימל.

נישט געקוקט אויף דער אויסטערלישער מיתה־משונה, האָבן אַ סך ייִדן ווײַטער געטראַכט, אַז קורח איז אפֿשר געווען גערעכט. צוליב זייערע טענות האָט זיך אָנגעהויבן אַ שטאַרקע מגפֿה, וועלכע האָט אומגעבראַכט 15 טויזנט נפֿשות. אַפֿילו דאָס האָט נישט איבערגעצײַגט דעם עולם. סוףּ־כּל־סוף, האָט אַהרן אַליין געבראַכט דעם קטורת, און די מגפֿה האָט זיך אָפּגעשטעלט. אַהרונס שטעקן האָט זיך על־פּי נס צעבליט מיט מאַנדלען. דעמאָלט האָבן די ייִדן פֿאַרשטאַנען, אַז מע טאָר זיך נישט קריגן מיט משה רבינו.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קלינגט די מעשׂה זייער משונהדיק. אַלע ייִדן האָבן געהערט דאָס קול פֿונעם באַשעפֿער אויפֿן באַרג סיני. זיי האָבן געוווּסט, אַז משה איז אַן אמתער נבֿיא און זײַן תּורה איז אמת. מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן, אַז שפּעטער האָבן אַ טייל ייִדן באַשלאָסן, אַז משה האָט פֿאַרלוירן זײַן הויכע נבֿיאישע מדרגה. נאָך דער אויסטערלישער שטראָף פֿון קורחס חבֿרה האָבן זיי אָבער נאָך אַלץ געהאַט ספֿקות. וואָס איז געווען אַזוי אויסערגעוויינטלעך צוציִעוודיק אין קורחס ווערטער?

פֿאַר אַ הײַנטצײַטיקן לייענער, קאָן קורח אויסזען ווי אַ ראָמאַנטישע פּערזענלעכקייט. אַנשטאָט מסכּים צו זײַן מיט משה רבינוס פּסק, און נישט געקוקט אויף די באַשײַמפּערלעכע גײַסטיקע מעלות פֿון משה רבינו, האָט ער געפּרוּווט צו שאַפֿן אַן אייגענע באַוועגונג, כּדי יעדער זאָל דינען דעם רבונו־של־עולם אויף זײַן פּערזענלעכן אופֿן. הרבֿ צבֿי פֿרימאַן, אַ באַקאַנטער ליובאַוויטשער שרײַבער, באַטראַכט קורחן ווי אַ מין אַנאַרכיסטישן רעוואָלוציאָנער. נישט געקוקט אויפֿן סימפּאַטישן טאָן, דערמאָנט אָבער פֿרימאַן, אַז קורח האָט געמאַכט אַ גרויסן טעות, אונטעררײַסנדיק דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן באַלאַנס צווישן דעם שטרענגן פֿאָלגן די הלכה, און דעם לעבעדיק־פּערזענלעכן „טאַנצן מיט דער תּורה‟.

אין דער אמתן, ווי עס ווערט באַטאָנט אין אַ ריי חסידישע ספֿרים, האָט קורח, להיפּוך צו זײַנע כּמו־רעוואָלוציאָנערע ווערטער, פּשוט געוואָלט איבערנעמען די פֿירנדיקע פּאָזיציע בײַ משה און אַהרן. אַזוי צי אַזוי איז מערקווירדיק, אַז על־פּי מדרש וועט קורח ווערן אין משיחס צײַטן דער כּהן־גדול. דערצו, שטייט געשריבן אין „פּרקי משיח‟ און אַ צאָל אַנדערע אַלטע מדרשים, אַז קורחס נאָכפֿאָלגער — עדת־קורח — וועלן אויפֿשטיין פֿאַר דער אַלגעמיינער תּחית־המתים. עס באַקומט זיך, אַז הגם קורח האָט זיכער געמאַכט אַ גרויסן טעות און איז דערפֿאַר באַשטראָפֿט געוואָרן מיט אַ מיתה־משונה, האָט זײַן טעטיקייט געהאַט אַ משיחישן טעם.

די ספֿרי־קבלה און חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז ווען ייִדן זענען ערשט אַרויס פֿון מצרים און האָבן מקבל געווען די תּורה אויפֿן באַרג סיני, זענען זיי אַרויפֿגעשטיגן צו גאָר הויכע מדרגות פֿון רוחניות, העכער פֿון די פֿיקסירטע נאָרמעס און סאָציאַלע היעראַרכיעס. ווען מרים האָט אָנגעהויבן זינגען און טאַנצן, לויבנדיק דעם רבונו־של־עולם פֿאַרן צעשפּאַלן דעם ים און ראַטעווען דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ, האָט זי דערגרייכט אַ גרעסערע אַנטפּלעקונג פֿון געטלעכקייט, ווי משה רבינו אַליין.

פֿון דער צווייטער זײַט, באַטאָנט דער רמב״ם, אַז משה רבינו איז געווען און וועט בלײַבן דער גרעסטער נבֿיא. ווי אַזוי זשע האָט זײַן שוועסטער געקאָנט דערגרייכן אַ העכערע מדרגה? דער סוד באַשטייט אין דעם, וואָס דער רמב״ם שילדערט אונדזער געוויינטלעכע וועלט פֿון קאָנקרעטע הלכות, וואָס יעדער מוז פֿאָלגן אויף אַ מער אָדער ווייניקער סטאַנדאַרטן אופֿן. ווען אַ טייל ייִדן האָבן זיך באַטייליקט אינעם חטא פֿונעם גאָלדענעם קאַלב, איז די תּורה אַליין אַראָפּגעפֿאַלן ביז אַ מער גשמיותדיקער מדרגה. פֿאַרן חטא זענען אַלע היעראַרכיעס געווען טאַקע איבעריק, און יעדער יחיד האָט אַליין געזען אין זיך און אַרום זיך דאָס געטלעכע ליכט.

ווען משה רבינו האָט באַקומען די לוחות צום צווייטן מאָל, האָט ער דערבײַ באַקומען אַ מער „ערדישע‟ אויסטײַטשונג פֿון דער תּורה. נישט געקוקט אויפֿן גרויסן חטא פֿונעם פֿאָלק, האָט זיך אים, צוליב זײַן גרויסער נבֿיאישער מעלה, אײַנגעגעבן צו אַנטפּלעקן דעם אייבערשטנס ווילן אין דער פֿאָרעם פֿון גשמיותדיקע מיצוות און קאָנקרעטע הלכות.

קורח האָט געמיינט, אַז ער איז בכּוח מבֿטל צו זײַן דעם חטא־עגל־הזהבֿ און אומצוקערן די העכערע „הימלישע‟ תּורה, וואָס זײַן הימל־בלויער טלית האָט סימבאָליזירט. די כּוונה איז בעצם געווען אַ גוטע. די חז״ל גיבן אָבער איבער, אַז ער איז געווען דער גרעסטער עושר אין דער וועלט און פֿאָרט אַ קמצן. נישט געקוקט אויף טעאָרעטישע הויכע כּוונות, איז ער אַליין געווען אָפּגעסמט מיט דער טומאה פֿונעם גאָלדענעם קאַלב.

אין משיחס צײַטן, ווען די וועלט וועט פּטור ווערן פֿון דער תּאוות־ממון און אומיושרדיקע סאָציאַלע באַציִונגען, וועט קורח זיך אומקערן ווי אַ נײַער כּהן־גדול. דעמאָלט וועט די וועלט ווידער קאָנען משׂיג זײַן די תּורה אויף אַ העכערן אופֿן, „בלי לבֿושים‟ (אָן קליידונג), ווי אַן אוצר פֿונעם געטלעכן ליכט און ריין־גײַסטיקע עצות, וואָס יעדער יחיד קאָן פֿאָלגן אויף אַ פּערזענלעכן אופֿן. דערווײַל בלײַבט אַ „הימלישער טלית‟ אָבער בלויז אַ טלית, וואָס פֿאָדערט על־פּי הלכה די געוויינטלעכע ציצית.

ווי געזאָגט, שטייט געשריבן אינעם מדרש, אַז די עדת־קורח וועט אויפֿשטיין בײַ תּחית־המתים נאָך פֿאַר דער אַלגעמיינער תּחיה. אפֿשר, קאָן מען אָפּטײַטשן דעם דאָזיקן מאמר־חז״ל אויף אַ סימבאָלישן אופֿן. אַ טייל מענטשן אין די הײַנטיקע פֿרומע קהילות, בפֿרט דער יונגער דור, בלײַבן שומרי־תּורה־ומיצוות דווקא צוליב דעם, וואָס זיי פֿירן זיך אויף, אין אַ געוויסער מאָס, ווי קורחס נאָכפֿאָלגער. נישט איינמאָל האָב איך געטראָפֿן, צום בײַשפּיל, סאַטמאַרער יונגע־לײַט, וואָס שטילערהייט טראָגן זיי אַ טלית־קטן מיט תּכלת. הגם קיינער ווייסט נישט גענוי, ווי אַזוי מע פֿלעגט מאַכן די מיסטעריעזע בלויע פֿאַרב, האָט דער ראַדזינער רבי אַרויסגעגעבן מיט איבער 100 יאָר צוריק אַ ספֿר מיט אַ קאָנקרעטן רעצעפּט פֿונעם תּכלת. הרבֿ יצחק הערצאָג האָט שפּעטער פֿאָרגעלייגט אַן אַנדער רעצעפּט. הגם די צוויי רעצעפּטן קומען אין סתּירה איינער מיטן צווייטן און שטימען אינגאַנצן נישט מיט דער מסורה וועגן דעם היסטאָרישן תּכלת, קאָן מען הײַנט קריגן אַ טלית־קטן מיט ביידע מינים מעגלעכן תּכלת.

פֿאַר די דערמאָנטע חסידישע יונגע־לײַט דינט אַזאַ טלית־קטן ווי אַ סימן פֿון זייער אומאָפּהענגיקייט, אַן אויפֿשטאַנד לשם־שמים קעגן די צו פֿאַרגליווערטע קהילה־נאָרמעס. אין אַנדערע קהילות דינען אַנדערע סימנים פֿון אומאָפּהענגיקייט ווי אַ מיטל, וואָס באַהיט די יונגע־לײַט פֿונעם „אָפּפֿאָרן‟. אַ געזונטע מאָס פֿון „קורחדיקייט‟ העלפֿט אינעם הײַנטיקן דור צו אַנטוויקלען אַן אייגענעם דרך אין עבֿודת־השם — אַן ערנסטן און לעבעדיקן.

אין דעם זין קאָן מען זאָגן, אַז כּדי זוכה צו זײַן צו דער אַלגעמיינער גאולה, מוז זיך טאַקע באַווײַזן פֿון ס׳נײַ אַן „עדת־קורח‟ — אַ יונגער דור ייִדן, וואָס זייער דורשט צו רוחניות פֿירט זיי צו פּערזענלעכע באַשלוסן און חידושים.אַפֿילו אויב די קהילה זאָגט זיי, אַז פֿאַר זייער אָריגינעלן געדאַנקען־גאַנג פֿאַרדינען זיי, חלילה, פֿאַרברענט און באַגראָבן ווערן, זענען זיי דאָך גרייט צו עקספּערימענטירן. אין פֿאַרגלײַך מיטן היסטאָרישן אַנטאַגאָניזם צווישן משה און קורח, לעבן מיר הײַנט אין אַ פֿאַרשיידנאַרטיקער פּלוראַליסטישער וועלט, וווּ די געטרײַשאַפֿט צו תּורת־משה קאָן קאָמבינירט ווערן מיט אַ שטיקל „עדת־קורח‟. אַדרבה, עס טרעפֿט זיך נישט זעלטן, אַז דער פּערזענלעכער אויפֿשטאַנד ברענגט מענטשן נענטער צום אמתן רוח־התּורה — אַבי מע זאָל עקספּערימענטירן טאַקע לשם־שמים.