סיום־הספֿר אין מעקסיקע װעגן דער געשיכטע פֿון בונד

Book Presentation in Mexico on the History of the Bund

Facebook

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 23, 2017, issue of June 29, 2017.

כאָטש די ייִדישע שפּראַך איז ווײַט ניט אַזוי פּראָמינענט אין מעקסיקע ווי זי איז געווען מיט אַ דור־צוויי צוריק, זענען נאָך אַלץ אַ סך מעקסיקאַנער ייִדן שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע וואָרצלען פֿון זייער קהילה.

אין איר בוך „די שבֿועה: די בונדיסטן אין מעקסיקע און זייער באַטייליקונג אין דער ייִדישער קהילה” דערקלערט טאַמאַרע גליסאָן, אַ יונגע מעקסיקאַנער ייִדישיסטקע וואָס וווינט הײַנט אין לאָנדאָן מיט איר מאַן, דעם ייִדישיסט אַרטוראָ־קערבל שײַן ווי אַזוי די בונדיסטישע כּלל־טוער האָבן געלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿון אַ סך פֿון די הײַנטיקע מעקסיקאַנער ייִדישע קהילה־אינסטיטוציעס. אָבער להיפּוך צו מעלבורן, וווּ עס עקזיסטירט הײַנט אַ בונדיסטישע קהילה מיט אַ שול און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, בלײַבן אין מעקסיקע ניט קיין סך שפּורן פֿון דער וויכטיקער ראָלע וואָס די אָרטיקע בונדיסטן האָבן געשפּילט אין דער שטאָט.

כּדי צו פּראַווען די צווייטע אויפֿלאַגע פֿון טאַמאַרע גליסאָנס בוך וועט מען מאַכן אַ סיום־הספֿר בײַם „ייִדישן ספּאָרט־צענטער“ (Centro Deportivo Israelita) אין דער שטאָט מעקסיקע. אין דער פּראָגראַם וועט אַ פּאַנעל דיסקוטירן און דעבאַטירן די ראָלע פֿון שפּראַך, אידענטיטעט, קולטור, דערציִונג, פּרעסע און פּאָליטיק אויף דער ייִדישער קהילה אין מעקסיקע אין ליכט פֿון דער אָרטיקער בונדיסטישער געשיכטע וואָס ווערט באַשריבן אין טאַמאַרע גליסאָנס בוך. עס וועלן זיך אָנטיילנעמען אינעם פּאַנעל: ד״ר אַליציאַ גוימאַן (נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקער אוניווערסיטעט פֿון מעקסיקע), ד״ר טעסי שלאָסער (שיקאַגער אוניווערסיטעט), ד״ר רובי אײַזן (אײַביראָ־אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט פֿון דער שטאָט מעקסיקע) און ד״ר גבֿריאל שיין.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 25סטן יוני, איינס אַזייגער נאָכמיטאָג.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.facebook.com/events/801758676651600/?active_tab=about



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.