מוזיקאָלאָג ריטשאַרד טאַרוסקין באַקומט יאַפּאַנישע „נאָבל־פּרעמיע“

Musicologist Richard Taruskin Wins Japanese "Nobel Prize"

ריטשאַרד טאַרוסקין
ריטשאַרד טאַרוסקין

פֿון ייִט״אַ

Published June 23, 2017, issue of June 29, 2017.

דער ייִדישער מוזיקאָלאָג ד״ר ריטשאַרד טאַרוסקין איז לעצטנס פּרעמירט געוואָרן מיט דער „קיאָטאָ־פּרעמיע‟ פֿאַר 2017, פֿאַררעכנט ווי די יאַפּאַנישע „נאָבל־פּרעמיע“.

טאַרוסקין, אַן עמעריטירטער פּראָפֿעסאָר בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקלי, איז דער מחבר פֿונעם זעקסבענדיקן The Oxford History of Western Music (אָקספֿאָרדער געשיכטע פֿון מערבֿדיקער מוזיק), פּובליקירט אין 2004. אין אַ שאָקירנדיקן עסיי אין 1989, האָט ער באַשריבן די פֿאַשיסטישע און אַנטיסעמיטישע טענדענצן בײַם קאָמפּאָזיטאָר איגאָר סטראַווינסקין אין די 1930ער, און האָט שפּעטער אױך קריטיקירט דזשאָן אַדאַמסעס אָפּערע The Death of Klinghoffer (קלינגהאָפֿערס טויט) פֿאַרן אידעאַליזירן טעראָריסטן.

לויט איר וועבזײַטל איז די „קיאָטאָ־פּרעמיע‟, פֿאַרטיילט דורך דער „אינאַמאָרי־פֿונדאַציע‟, אַן אינטערנאַציאָנאַלע אויסצייכענונג וואָס גיט אָפּ כּבֿוד אַזוינע וואָס האָבן אַ סך צוגעטראָגן צו דער וויסנשאַפֿטלעכער, קולטורעלער און גײַסטיקער פֿאַרבעסערונג פֿון דער מענטשהייט. די פּרעמיע ווערט פֿאַרטיילט יעדעס יאָר אין דרײַ קאַטעגאָריעס: אַוואַנסירטע טעכנאָלאָגיע, גרונטוויסנשאַפֿטן, און קונסטן און פֿילאָסאָפֿיע.

די פּרעמירטע קריגן אויך אַ געלטפּריז פֿון 50 מיליאָן יען, אַן ערך $450,000.