חפֿצים פֿון נאַצי־תּקופֿה אין אַרגענטינע שאָקירן אויספֿאָרשערס

Trove of Nazi-Era Objects in Argentina Stuns Investigators

Getty Images

פֿון ייִט״אַ

Published June 25, 2017, issue of June 29, 2017.

דעם חודש האָט די אַרגענטינער פֿעדעראַלע פּאָליציי אין בוענאָס־אײַרעס אַנטדעקט אַ זאַפּאַס מיט 75 אויטענטישע נאַצישע חפֿצים, וואָס איז אָן אַ פּרעצעדענט און וואָס קער זײַן דאָס גרעסטע געפֿינס פֿון אַזאַ מין.

צווישן די זאַכן, וואָס מע האָט געפֿונען אין אַ באַהעלטעניש פֿון אַ הויז אין צפֿון־שטאָט זענען אויך געווען מכשירים וואָס מע האָט געניצט אויף נאַצישע מעדיצינישע עקספּערימענטן בשעתן חורבן. אַנאַליזירט האָט מען זיי אין דער הויפּטקוואַרטיר פֿון „אינטערפּאָל‟ אין ליאָן, פֿראַנקרײַך, האָט דער פּאָליציי־קאָמיסיאָנער מאַרסעלאָ על אַיִבע געזאָגט.

די פּאָליציי האָט געפֿונען, צווישן אַנדערע, אַ ביוסט פֿון היטלערן; מעדיצינישע מכשירים באַצייכנט מיט אַ האַקנקרייץ וואָס מ׳האָט געניצט אָפּצומעסטן די גרייס פֿונעם קאָפּ און גוף; נאַצישע רעטענישן פֿאַר קינדער, און מעסערס. מ׳האָט אַפֿילו געפֿונען אַ פֿאַרגרעסער־גלאָז צוגעטשעפּעט צו אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון היטלערן ווי ער ניצט ממש דאָס זעלבע פֿאַגרעסער־גלאָז. לויט על אַיִבען זענען „אינטערפּאָל‟־קאָלעגן פֿון דײַטשלאַנד, ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן געבליבן ממש געפּלעפֿט פֿון דעם געפֿינס. מע ווייסט נישט פֿון קיין שום אַנדער אַנטדעקונג פֿון אמתדיקע נאַצי־חפֿצים פֿון אַזאַ פֿאַרנעם, און מע הייבט ערשט איצט אָן אויספֿאָרשן ווי אַזוי די זאַכן זענען אָנגעקומען אין אַרגענטינע.

לויט על אַיִבען וואָלט נאָר אַ הויכראַנגיקער נאַצי־אָפֿיציר געהאַט אַ צוטריט צון אַזאַ כּמות און איכות פֿון חפֿצים און ער האָט זיי מסתּמא געפּרוּווט ראַטעווען ווען ער האָט אײַנגעזען אַז דער נאַצישער רעזשים האַלט זיך אין צעפֿאַלן.

די געפֿונענע זאַכן האָט די פּאָליציי אויסגעשטעלט אינעם בנין פֿונעם ייִדישן קאָמונאַלן צענטער „אַמיאַ‟, וואָס איז חרובֿ געוואָרן אין 1994 אין אַ טעראָריסטישן אויפֿרײַס, און אויף ס׳נײַ אויפֿגעבויט געוואָרן אין 1999 — אין דער הויפּטקוואַרטיר פֿון דער אַרגענטינער ייִדישער פּאָליטישער דאַך־אָרגאַניזאַציע „דאַיאַ‟. די חפֿצים זאָגן קלאָר עדות נישט נאָר וועגן דעם נאַצישן גרויל, נאָר אויך וועגן אַרגענטינע ווי אַ מקום־מיקלט פֿאַר נאַצי־אָפֿיצירן.

בײַם באַקומען אַן אויסצייכענונג פֿון „דאַיאַ‟ האָט די זיכערקייט־מיניסטאָרין פּאַטרישאַ בולריטש גערעדט פֿאַר אַן עולם פֿון העכער 200 מענטשן אין אַ צימער וווּ די זאַכן זענען געווען אויסגעשטעלט. איר מיניסטעריום האָט געבעטן בײַם ריכטער וואָס פֿירט אָן מיט דער אויספֿאָרשונג, אַז מע זאָל דעם אוצר אַוועקשענקען דעם חורבן־מוזיי פֿון בוענאָס־אײַרעס, אַזוי אַז אַלע אַרגענטינער און געסט אין בוענאָס־אײַרעס זאָלן קענען אָנקוקן די שאָקירנדיקע זאַמלונג.

בײַגעווען זענען באַאַמטע פֿון דער דײַטשער אַמבאַסאַדע, ריכטערס, אינטעלעקטואַלן און געשעפֿטסלײַט, ווי אויך די ייִדישע פֿילאַנטראָפּן עדואַרדאָ עלשטיין און מאַרסעלאָ מינדלין, וועמען מ׳האָט דאָ נישט לאַנג באַשטימט ווי דער פּרעזידענט פֿון אָט דעם חורבן־מוזיי. מינדלין האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז מע וועט דאַרפֿן גוט באַוואָרענען דאָס אָרט איידער מע וועט קענען אויפֿנעמען געסט, ווײַל מע ווייסט נישט וואָסערע פֿאַנאַטיקערס וועלן פּרוּוון אַרײַן כּדי צוצוגנבֿענען די זאַכן.

אין יוני 2016 האָט אַ זאַמלער באַצאָלט אַזש 680,000 דאָלאַר פֿאַר אַ פּאָר נאַצישע גאַטקעס און אַנדערע געדענקזאַכן.

דער וויצע־פּרעזידענט פֿון „דאַיאַ‟, אַלבערטאָ אינדיך, האָט געזאָגט אַז די אַנטדעקטע זאַכן האָבן געקערט באַלאַנגען צו היטלערן אָדער יאָזעף מענגעלע, און אַז איינער אַ הויכראַנגיקער נאַצי־אָפֿיציר האָט זיי מסתּמא גענומען און אַנטלאָפֿן. מענגעלע האָט געוווינט אין אַרגענטינע אַ יאָרצענדליק נאָך דער מלחמה אינעם זעלבן ראַיאָן פֿון בוענאָס־אײַרעס וווּ מ׳האָט געפֿונען דעם זאַפּאַס, קער אפֿשר זײַן אַ פֿאַרבינדונג צווישן אים און די חפֿצים.

נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה איז אַרגענטינע געוואָרן אַן אַזיל פֿאַר נאַציס ווי מענגעלע. אַדאָלף אײַכמאַנען האָט מען געכאַפּט אין 1960 אין בוענאָס־אײַרעס, און אַן אַנדערער מלחמה־פֿאַרברעכער, עריך פּריבקע, האָט דאָרט אויך געוווינט.

דעם זאַפּאַס האָט מען געפֿונען דעם 9טן יוני נאָך אַ נײַן־חדשימדיקער פּאָליציי־אויספֿאָרשונג. מע פֿאָרשט איצט אויס עטלעכע חשודים, סײַ אַרגענטינער סײַ נישט־אַרגענטינער, נאָר קיין ווײַטערדיקע פּרטים האָט מען נישט אַרויסגעלאָזט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.