„ניו־ייִדיש־רעפּ‟ וועט אויפֿפֿירן עזשען יאָנעסקוס „נאָזהאָרן‟

New Yiddish Rep will Stage Eugene Ionesco's "Rhinoceros"

עזשען יאָנעסקו
עזשען יאָנעסקו

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 28, 2017, issue of June 29, 2017.

נאָך צוויי געראָטענע פּראָדוקציעס פֿון שלום אַשס „גאָט פֿון נקמה‟ האָט דוד מאַנדעלבאַום, דער גרינדער און אָנפֿירער פֿונעם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער‟, לעצטנס אַנאָנסירט אַז די טרופּעס קומענדיקע פּראָדוקציע וועט זײַן אַן אָריגינעלן ייִדישן נוסח פֿון עזשען יאָנעסקוס באַרימטע פּיעסע „נאָזהאָרן‟.

„נאָזהאָרן‟ איז די דריטע פּיעסע פֿון דער וועלט־ליטעראַטור וואָס דער „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ שטעלט פֿאָר אויף ייִדיש במשך פֿון די לעצטע פֿיר יאָר. אין 2013 האָט די טרופּע צום ערשטן מאָל אויפֿגעפֿירט זײַן ייִדישן נוסח פֿון סעמיועל בעקעטס „וואַרטן אויף גאָדאָ‟ אין אַ נײַער ייִדישער איבערזעצונג פֿון שיין בייקער, און אין 2015 האָט מען אינסצענירט אַרטור מילערס „טויט פֿון אַ סיילסמאַן אין דער איבערזעצונג פֿון יוסף בולאָף.

„נאָזהאָרן‟ איז אַן אַבסורדישע פּיעסע, אין וועלכער אַ מענטש קוקט הילפֿלאָז אויף די אײַנוווינער אין זײַן שטעטל בעת זיי פֿאַרוואַנדלען זיך ביסלעכווײַז אין נאָזהאָרנס. די שפּיל איז בעצם אַ מעטאַפֿאָר וועגן דעם אויפֿקום פֿון פֿאַשיזם אין אייראָפּע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און די נטיה פֿון אַ מענטש צו קאָנפֿאָרמירן צו די שלעכטע עלעמענטן פֿון זײַן געזעלשאַפֿט.

עזשען יאָנעסקו, אַ רומעניש־געבוירענער דראַמאַטורג וואָס האָט צום מערסטנס געשריבן אויף פֿראַנצויזיש, איז געווען אַ קריסט פֿון פֿראַנצויזיש־ייִדישן אָפּשטאַם.

די נײַע פּראָדוקציע פֿון „נאָזהאָרן‟, אין אלי ראָזענס ייִדישער איבערזעצונג, וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן פֿונעם 7טן סעפּטעמבער ביזן 8טן אָקטאָבער בײַם „קאָסטילאָ־טעאַטער‟ אין מאַנהעטן. מע האָט שוין אַנאָנסירט אַז משה יאַסור וועט רעזשיסירן די פּראָדוקציע אָבער מע האָט נאָך ניט פֿאַרעפֿנטלעכט די נעמען פֿון די אַקטיאָרן.

מע וועט אָנהייבן צו פֿאַרקויפֿן בילעטן אין מיטן יולי.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: //www.newyiddishrep.org.