ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published June 27, 2017, issue of June 29, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון מרדכי אַנילעוויטש וועט ליציטירט ווערן, אָנהייבנדיק פֿון צווישן 7 אָדער 9 טויזנט דאָלאַר

קדם (קעדעם) מיינט אַלטצײַט. „קדם‟ איז אויך אַ ליציטאַציע־הויז אין ירושלים וואָס באָט אָן די טעג אַ פּאַספּאָרטבילד פון מרדכי אַנילעוויטשן.

דאָס בילד האָט אַ ברייטקייט פֿון פֿיר צענטימעטער און אַ לענג פֿון 6-1/2 צענטימעטער, און האָט עטלעכע קלייניקע פֿלעקן.

און וויפֿל וועט עס קאָסטן? ווי בײַ ס׳רובֿ ליציטאַציעס, ווענדט זיך עס אין די קונים. „קדם‟ שלאָגט פֿאָר אַ פּרײַז צווישן זיבן און נײַן טויזנט דאָלאַר.

מרדכי אַנילעוויטש איז געווען דער קאָמאַנדאַנט פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. ער איז געווען אַ פֿירער אין דער „השומר הצעיר”־באַוועגונג, און ווי מיר האָבן שוין איבערגעגעבן בײַ פֿריִערדיקע באַריכטן, האָט „השומר” לעצטנס באַנײַט איר טעטיקייט אין וואַרשע.

אַגבֿ, מרדכי אַנילעוויטש איז אויך געווען אַ גרויסער ספּאָרטלער: ער איז געווען אַ באָקסער; ער פֿלעגט זומערצײַט שווימען אין דער ווײַסל, און ווינטערצײַט זיך גליטשן אויפֿן פֿאַרפֿרוירענעם טײַך.

אפֿשר וועט דער הײַנטיקער „השומר” אַליין באַנײַען די ספּאָרט־אַקטיוועטעטן פֿאַר ייִדישע ייִנגלעך און מיידלעך — אַ זאַך וואָס פֿעלט אונדז טאַקע דאָ אין וואַרשע, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.

„קדם‟ וועט אויך ליציטירן אַנדערע בילדער פֿון דער זעלבער תּקופֿה: זעקס פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם פּאַלעסטינער מנהיג, דער מופֿטי כאַדזש אַמין על כוסייני. אפֿשר צוליב דעם פֿאַקט איז דער אָנהייב־פּרײַז אַ סך העכער. אויף די בילדער זעט מען כוסייני אין וואָס זעט אויס ווי אַ לאַגער באַגלייט פון „עס־עס‟־אָפֿיצירן און אַנדערע וואַזשנע שישקעס.

כוסייני איז געווען אַ הייסער אָנהענגער פֿון דער נאַצי־קאַמפּאַניע צו פֿאַרטיליקן די ייִדן, און במילא אַ גוטער פֿרײַנד פֿונעם „עס־עס‟ בכלל און הײַנריך הימלער בפֿרט.

אַגבֿ, אויב איר פֿאַרשטייט נישט וואָס איז דער רעש, מיט וואָס זענען די דאָזיקע בילדער אַנדערש פֿון אַנדערע בילדער סײַ פֿון אַנילעוויטשן סײַ, להבֿדיל, פֿון כוסיינין, האָט דאָס־ליציטאַציע הויז „קדם‟ אַן ענטפער פֿאַר אײַך. זיי דערקלערן אַז דאָס זענען בילדער וואָס זענען פֿריִער קיין מאָל נישט פֿאַרעפֿענטלעכט געוואָרן.


ישׂראלדיקע פֿירמעס וואָס אָרגאַניזירן רײַזעס קיין פּוילן ווערן באַשולדיקט אין שאַפֿן אַ מאָנאָפּאָל

די ישׂראלדיקע פּאָליציי האָט לעצטנס געזאַמלט ראיות קעגן די רײַזע־אַגענטורן וואָס אָרגאַניזירן די נסיעות פֿון די ישׂראלדיקע גימנאַזיעס קיין פּוילן.

עס זעט אויס, אַז זיי וועלן שטיין פֿאַר אַ מלוכיש געריכט פֿאַר שאַפֿן אַ מאָנאָפּאָל. ישׂראל געהערט צו די לענדער, וווּ מען טאָר נישט דערשטיקן די פֿרײַע קאָנקורענץ און אויף אַזאַ אופֿן בעוולהן די קונים. קינד־און־קייט פֿאַרשטייען, אַז אויב ס’איז נישטאָ קיין קאָנקורענץ שטײַגן די פּרײַזן אין הימל אַרײַן.

לויט דער אויספֿאָרשונג פֿון דער פּאָליציי האָבן די רײַזע־אַגענטורן בלויז געמאַכט אַן אָנשטעל אַז זיי קאָנוקורירן צווישן זיך. אין דער אמתן האָבן זיי באַשלאָסן אין פֿאָרויס ווי אַזוי צו טיילן צווישן זיך דעם מאַרק אויף אַ גינסטיקן אופֿן פֿאַר זיך.

מיר האָבן לעצטנס געמאָלדן וועגן קלוגע תּלמידים אין אַ פֿרומער גימנאַזיע וואָס האָבן אויסגעטראַכט אַן אופֿן צו רעדוצירן די הוצאָות פֿון זייער נסיעה קיין פּוילן. זיי האָבן געטענהט אַז עפּעס שטימט נישט מיט די הויכע פּרײַזן פֿון די רײַזע־אַגענטורן. ווי עס זעט אויס, זענען די תּלמידים געווען גערעכט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.