די פֿאָטאָגראַפֿיעס כאַפּן אויף ישׂראלס שיינקייט

These Photos Capture Israel's Beauty

Courtesy of “Passage to Israel”

פֿון ייִט״אַ

Published June 30, 2017, issue of June 29, 2017.

ירושלים. — געוויינטלעך ווען מע זעט הײַנט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ישׂראל אין דער מעדיאַ זענען זיי פֿאַרבונדן מיט מחלוקתן און בלוט־פֿאַרגיסונג.

אַן אויסשטעלונג וואָס האָט זיך געעפֿנט די פֿאַרגאַנגענע וואָך אינעם „ירושלימער טעאַטער‟ שילדערט דווקא די שיינקייט און כּל־המיניקייט פֿון דער ייִדישער מדינה. די בילדער, וואָס וועלן אויסגעשטעלט ווערן ביזן 28סטן יולי, נעמען אַרײַן אימאַזשן פֿון טשאַטעס פֿייגל איבערן עמק החולה און אַ ייִנגעלע וואָס טראָגט אַ פֿאָן מיט אַ רעגן־בויגן.

„כ׳האָב געוואָלט שאַפֿן עפּעס שיינס וואָס באַטאָנט דעם פֿאַרשידנאַרטיקן כאַראַקטער פֿון לאַנד,‟ האָט דערקלערט קאַרען לערמאַן בלאָך, איינע פֿון די צוויי קוראַטאָרן פֿון דער אויסשטעלונג. „מענטשן זענען שוין מיד פֿון זען פֿאָטאָגראַפֿיעס בלויז פֿונעם קאָנפֿליקט.‟

די אויסשטעלונג איז אויפֿן סמך פֿון בלאָכס בוך, „דער וועג צו ישׂראל‟, וואָס באַשטייט פֿון 200 בילדער אַראָפּגענומען פֿון 34 פֿאָטאָגראַפֿן אין שטעט, שטעטלעך און ייִדישע ייִשובֿים איבערן לאַנד. דאָס בוך, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אין 2016, האָט דערפֿירט צו אַן אויסשטעלונג אין ניו־יאָרק, באַגלייט פֿון אַ קאָנצערט מיטן ייִדישן רעגיי־שטערן מתּתיהו.

אין דער ירושלימער אויסשטעלונג, ווײַזט מען 30 פֿון די בילדער פֿון 21 פֿאָטאָגראַפֿן. קרה מאיר, די צווייטע קוראַטאָרין, האָט צוגעגעבן צוויי אימאַזשן פֿון אַ יונגן אַראַביש־ישׂראלישן פֿאָטאָגראַף, וואָס געפֿינען זיך נישט אינעם בוך.

בלאָך האָפֿט שפּעטער צו ברענגען די אויסשטעלונג קיין תּל־אָבֿיבֿ און אַנדערע שטעט אין ישׂראל, און דערנאָך אויף אַן אינטערנאַציאָנאַלן טור. מער פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם בוך קען מען זען אויף דער וועבזײַט פֿון „דער וועג צו ישׂראל‟

אַ ווידעאָ פֿון דער ניו־יאָרקער אויסשטעלונג אין 2016:



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.