קלײַבן מיר קרישקעס נאָך דער סעודה

Gathering Crumbs After the Feast

Yehuda Blum

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published July 02, 2017, issue of July 28, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

מענטשן וואָס האָבן געקענט ביילציען וועלן אפֿשר זאָגן, אַז מײַן השערה — אַז דאָס איז אַ מין על־חטא פֿאַר האָבן נישט־ווילנדיק „אָפּגענאַרט‟ דעם ייִנגערן דור אַז ייִדיש האָט אַ צוקונפֿט — איז נישט ריכטיק, ווײַל ביילציע האָט דאָך דאָס גאַנצע לעבן אָפּגעגעבן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. געשריבן אָן אַ שיעור פּאָעזיע און זינגלידער; געפֿאָרן אויף ליטעראַרישע אונטערנעמונגען; רעדאַקטירט און אַרויסגעגעבן קינ­דער־זשורנאַלן; געלערנט אויף די קלעזמער־פֿעס­טיוואַלן ווי מע דאַרף זינגען די אַלטע פֿאָלקס­לידער; אָנגעפֿירט מיט שמועסקרײַזן, שרײַב­קרײַזן און זינגערײַען; און תּמיד געדרשנט צו דער יוגנט, אַז מע דאַרף רעדן, שרײַבן און זינגען אויף ייִדיש.

ווי קען דען אַזאַ געטרײַער ייִדישיסט אָנ­שרײַבן אַ ליד וואָס דריקט אויס אַזאַ פּעסימיזם צו דער ייִדיש־באַוועגונג?

דער אמת איז, מע קען זײַן ביידע: פֿון איין זײַט, אַ געטרײַער ליבהאָבער פֿון דער שפּראַך וואָס איז תּמיד גרייט צו ווײַזן אַנדערע איר שיינקייט, און פֿון דער צווייטער — שטאַרק באַ­דויערן וואָס די ייִדיש־וועלט איז הײַנט אַזוי פֿאַראָרעמט גע­וואָרן. שוין מער נישטאָ קיין הונ­דערטער ייִדישע שרײַבער; קיין הונדערט טויזנט ייִדישע לייענער פֿון ליטעראַטור; קיין טאָג־טעגלעכע זיצונגען, ספּאָרט־ און קונסט­קלאַסן אָנגעפֿירט אויף ייִדיש אאַז״וו.

אמת, מע קען הײַנט אויף די גאַסן פֿון ווי­ליאַמסבורג און קרית־יואל ווײַטער הערן ייִדיש אין די מײַלער פֿון טויזנטער יונגע משפּחות, און אויך הערן עס יעדן אויגוסט אין די ספּאָר­ט­זאַלן און עסצימערן פֿון דער „ייִדיש־וואָך‟ פֿון יוגנטרוף — און ס׳איז טאַקע אַ מחיה! אָבער ס׳איז פֿאָרט אַ ווײַטער שפּרונג פֿונעם רײַכן אידיאָמאַטישן לשון, וואָס די ייִדן האָבן געניצט אין די שטעטלעך און שטעט פֿון פּוילן, אוקראַיִנע און רוסלאַנד.

און פֿאַר וואָס זאָלן מיר זיך טאַקע נישט דערלויבן פֿון צײַט צו צײַט צו באַוויינען דעם ביטערן גורל פֿון ייִדיש? פּונקט אַזוי ווי מיר זענען מחויבֿ, כאָטש איין מאָל אַ יאָר, צו זאָגן אַן אל־מלא־רחמים נאָך די זעקס מיליאָן קדושים וואָס היטלער ימח־שמו האָט פֿאַרטיליקט, אַזוי מעגן מיר, ייִדישיסטן, אויך אַ מאָל זיך אָפּשטעלן אויף אַ ווײַלע באַוויינען די אויסערגעוויינטלעכע ייִדיש־וועלט וואָס איז נישטאָ מער.

אין „מײַן קינד‟ האָט ביילציע זיך אַליין דער­לויבט צו פֿילן דאָס עגמת־נפֿש וועגן דער ייִדיש־ירושה און האָט אונדז, דורך די שורות, געגעבן אַ געלעגנהייט אַרײַנצוקוקן צו איר אין האַרצן.

פֿונדעסטוועגן, איז דאָס אונטערגעבן זיך פֿאָרט נישט קיין טייל פֿונעם ייִדישן כאַראַקטער. נישט־געקוקט אויף אירע מאָמענטאַלע ספֿקות האָט ביילציע זיך ווידער אומגעקערט צו איר ייִדיש־טעטיקייט וואָס זי האָט דורכגעפֿירט, מיט לײַב־און־לעבן, ביז איר פּטירה אין 2013.

און דאָס דאַרף דינען פֿאַר אונדז אַלעמען ווי אַ מוסטער. דער ייִד מעג דורכמאַכן די ערגסטע אומגליקן, אָבער ווי ער זאָגט אין ה. לייוויקס ליד „אייביק‟: „איך הייב זיך אויף ווידער און שפּאַן אַוועק ווײַטער.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.