סאַנקציעס קעגן ייִדישן צענטער אין אונגערן רופֿן אַרויס פּראָטעסטן

Sanctions on Jewish Center in Hungary Sparks Outcry

Zsuzsa Mekler

פֿון לילי בייער (Forward)

Published July 02, 2017, issue of July 28, 2017.

ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אונגערן און אין אויסלאַנד זענען אויפֿגעבראַכט וואָס די אונגערישע רעגירונג האָט צוריקגעצויגן די ליצענץ פֿון אַ פּאָפּולערן קאַפֿע אָנגעפֿירט פֿון אַ ייִדישער יוגנט־אָרגאַניזאַציע.

„מיר, אַזוי ווי אַ סך אַנדערע גלאָבאַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, זענען באַזאָרגט וועגן די נײַסטע רעגירונג־אַקציעס קעגן דעם ייִדישן ייִשובֿ אין אונגערן,‟ האָט ראַבינער מײַקל פּיילי, אַ כּלל־טוער בײַם ניו־יאָרקער צווײַג פֿון דער „יו־דזשיי־איי‟, געזאָגט דעם Forward.

„אָראָראַ‟ איז זייער פּאָפּולער בײַ דער בודאַפּעשטער יוגנט און דער באַשלוס צוריקצוציִען זײַן ליצענץ האָט אַרויסגערופֿן עטלעכע ספּאָנטאַנע דעמאָנסטראַציעס אין דער שטאָט. „אָראָראַ‟ איז נישט בלויז אַ קאַפֿע, נאָר אויך אַ לאָקאַל פֿאַר קאָנצערטן, קונסט־אויסשטעלונגען און טעאַטער. אויפֿן צווייטן שטאָק געפֿינט זיך אַ בית־מדרש וואָס ציט צו אַ טעגלעכן מנין, און פֿרײַטיק־צו־נאַכטס דינט עס ווי אַן אָרט צו פּראַווען אַן עונג־שבת.

דעם פֿאַרגאַנגענעם מיטוואָך האָבן די בודאַפּעשטער אינסטאַנצן געפּרוּווט שליסן דעם „אָראָראַ־קאַפֿע‟, אַ ייִדישער קאָמונאַלער צענטער אָנגעפֿירט דורך דער ייִדישער אָרגאַניזאַמיע „מרום‟ [מאַראָם], דורכן צוריקציִען זײַן ליצענץ. ווי אַ רעזולטאַט קען דער קאַפֿע מער נישט פֿאַרקויפֿן קיין שפּײַז אָדער געטראַנקען, זײַן הויפּטקוואַל פֿון הכנסה.

די מוניציפּאַליטעט האָט דערקלערט, אַז זי האָט עס געטאָן ווײַל מע האָט דאָרט געפֿונען נאַרקאָטיק. דעם 10טן יוני איז די בודאַפּשטער פּאָליציי אַרײַן אינעם צענטער, פֿיזיש אונטערזוכט 120 מענטשן און אַרעסטירט 15 פֿון זיי פֿאַר האָבן געהאַט בײַ זיך מאַריכואַנע.

די פֿאַרוואַלטער פֿונעם קאַפֿע טענהן אָבער אַז דער אמתער ציל פֿון דער עקסטרעם־רעכטער רעגירונג איז צו רעפּרעסירן די אָפּאָזיציע. במשך פֿון די לעצטע יאָרן דינט דער קאַפֿע סײַ ווי אַ לאָקאַל פֿון ייִדישע טעטיקייטן סײַ ווי אַ זאַמלאָרט פֿאַר מענטשנרעכט־אַקטיוויסטן און קעגנער פֿון דער אונגערישער רעגירונג.

אין 2013 האָט דער ניו־יאָרקער צווײַג פֿון דער „יו־דזשי־־איי‟ באַלוינט „אָראָראַ‟ מיט אַ סובסידיע, ווײַל „מיר האָבן געזען דאָרט אַ לעבעדיקע גרופּע ייִדן אין די 20ער און 30ער וואָס האָבן הנאה פֿון שאַפֿן פֿאַרבינדונגען מיט זייערע ייִדישע וואָרצלען.‟

פּיילי האָט אָבער אויסגעדריקט זאָרג וועגן דער צוקונפֿט פֿון דעמאָקראַטיע אין דער רעכט־געשטימטער נאַציאָנאַליסטישער רעגירונג פֿון פּרעמיער וויקטאָר אָרבאַן, בפֿרט וועגן דעם שריט פֿון דער רעגירונג לעצטנס צו שליסן אַן אָנגעזעענע שול אין אונגערן וואָס ווערט פֿינאַנצירט פֿונעם ייִדישן אונגעריש־אַמעריקאַנער פֿילאַנטראָפּ דזשאָרדזש סאָראָס.

„מיר זאָרגן זיך וועגן דעם שריט קעגן דעם ׳צענטראַל־אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט׳ און די אַנטיסעמיטישע אַקציעס און רעטאָריק פֿאַבונדן מיט דער ׳דזשאָביק־פּאַרטיי׳,‟ האָט פּיילי געזאָגט.