פּרשת בלק, תּשע״ו

Weekly Torah Portion: Bolok, 5776

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 06, 2017, issue of July 28, 2017.

בלק, דער קעניג פֿון מואבֿ, האָט געבעטן דעם באַרימטן מכשף בלעם צו שעלטן די ייִדן מיט אַ טויט־קללה. די חז״ל דערקלערן אין דער גמרא־מסכתּא „ברכות‟, אַז דער דאָזיקער כּישוף־מאַכער האָט געוווּסט אַ געוויסן מאָמענט פֿונעם טאָג, ווען זײַן קללה וואָלט געהאַט אַ באַזונדערס מעכטיקן כּוח.

צו ערשט, האָט בלעם זיך אָפּגעזאָגט צו שעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק, ווײַל דער אייבערשטער האָט אים פֿאַרבאָטן דאָס צו טאָן. אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן, איז בלעם געווען אַ גרויסער נבֿיא, הגם זײַנע נבֿואות — אמתע, נישט פֿאַלשע — האָט ער געשעפּט דורך די כּוחות פֿון דער סיטרא־אַחרא. מע קאָן זאָגן, אַז ער איז געווען אַ מין „אַנטי־נבֿיא‟, אַ גײַסטיקער אַנטיפּאָד פֿון משה רבינו.

נישט געקוקט אויף דער וואָרענונג פֿונעם באַשעפֿער אַליין, האָט בלק ווידער געבעטן בלעמען ממשיך צו זײַן דעם קללה־פּראָיעקט. בלעם האָט מסכּים געווען, נאָר בתּנאַי, אַז ער וועט נישט זאָגן קיין וואָרט קעגן דעם אייבערשטנס רצון. אויפֿן וועג צום באַרג, וווּ ער האָט געוואָלט דורכפֿירן זײַן בייזן ריטואַל, האָט זײַן אייזלטע דערזען אַ מלאך און על־פּי־נס אָנגעהויבן רעדן. דער מלאך האָט ווידער געוואָרנט דעם כּישוף־מאַכער, אַז ער מעג בלויז אַרויסרעדן די ווערטער, וואָס דער אייבערשטער וועט אַרײַנלייגן אין זײַן מויל.

ווען בלעם איז אַרויפֿגעגאַנגען אויפֿן באַרג צו שעלטן די ייִדן, האָט ער זיי למעשׂה דרײַ מאָל געבענטשט. מיט זײַנע ברכות הייבט זיך אָן יעדן פֿרימאָרגן אונדזער הײַנטיקע תּפֿילת־שחרית. ווי באַלד דער קללה־פּראָיעקט איז דורכגעפֿאַלן, האָבן בלעם און בלק צוגעטראַכט אַן אַנדער מעטאָד צו שאַטן די ייִדן, און אַרײַנגעשיקט צו זיי אינעם מידבר אַ גרופּע מואבֿישע פֿרויען. ווען די ייִדישע מענער האָבן מיט זיי אָנגעהויבן זינדיקן, האָבן די פֿרויען אײַנגערעדט אַ צאָל פֿון זיי צו דינען עבֿודה־זרה.

דער פּלאַן האָט געפּועלט. צווישן ייִדן האָט זיך אָנגעהויבן אַ מגפֿה, וועלכער האָט זיך אָפּגעשטעלט, ווען פּינחס, אַן אייניקל פֿון אַהרן הכּהן, האָט דערהרגעט מיט אַ שווערד דעם נשׂיא פֿונעם שבֿט־שמעון, זמרי, צוזאַמען מיט זײַן חבֿרטע כּזבי, אַ פּריצעסין פֿון מדין. לויט אַ צאָל מדרשים, איז זי געווען בלקס אייגענע טאָכטער.

די הײַנטיקע סדרה ווערט אָפֿט גענוצט ווי אַ קלאַסישער אידעאָלאָגישער מיטל קעגן געמישטע חתונות און בכלל אויסמיש פֿון ייִדן און גויים. נישט לאַנג צוריק, טאַקע אין שײַכות מיט דער פּרשה, האָב איך געהערט פֿון אַ גאָר פֿרומען ייִד, וואָס האַלט זיך פֿאַר אַן אַנטיציוניסט, אַז אין ארץ־ישׂראל הערשט אַ שרעקלעכע מלוכה, וואָס האָט אַרײַנגעלאָזט „מיליאָנען רוסישע גויים און משומדים‟. ווײַטער האָט דער ייִד געזאָגט: „אַפֿילו אין די פֿרומע געגנטן פֿון ירושלים גייען פֿרויען מיט קורצע דעקאָלטירטע קליידער מיט קרייצן אויף דער ברוסט! און אַפֿילו אין כּשרע רעסטאָראַנען באַדינען אַזעלכע שיקסעס די באַזוכער. קיין פּינחס איז מער נישטאָ, כּדי אַזאַ קאָשמאַר אָפּצושטעלן. די פֿאַרשאָלטענע ציונים זענען נאָך ערגער ווי בלעם,‟ האָט מײַן מיטשמועסער זיך באַקלאָגט.

רבי דוד־שלמה אייבערשיץ, דער באַרימטער פּויליש־בעסאַראַבער פּוסק און מקובל, דערקלערט די מעשׂה מיט בלעמס קללה אויף אַ גאָר אינטערעסאַנטן אופֿן אין זײַן ספֿר „ערבֿי־נחל‟. דער ספֿר איז באַקאַנט ווי אַ יסודותדיק ווערק פֿונעם חסידישן געדאַנק צווישן די סאַטמאַרער און אַנדערע חסידים. לויט דער דערמאָנטער דערציילונג אין גמרא, האָט בלעם געוווּסט אַ געוויסן מאָמענט, ווען מע קאָן אויסנוצן די געטלעכע מידת־הדין פֿאַר בייזע כּישוף־צוועקן. כּדי עמעצן צו שעלטן, דאַרף מען אין יענעם מאָמענט זאָגן דאָס וואָרט „כּלם‟ — „צעשטער זיי‟. בלעם האָט געוואָלט עס טאָן, אָבער דער באַשעפֿער האָט איבערגעדרייט די אותיות פֿון זײַן קורצער קללה אויף קאַפּויער; עס האָט זיך באַקומען „מלך‟.

דער מחבר פֿון „ערבֿי־נחל‟ דערקלערט, אַז אין אַ געוויסן זינען האָט זיך דעם מכשף יאָ אײַנגעגעבן צו פֿאַרשעלטן די ייִדן. דער תּנ״ך איז פֿול מיט טרויעריקע דערציילונגען וועגן אומזיניקע מלחמות, מערדערײַ פֿון אומשולדיקע מענטשן און אַנדערע שרעקלעכע עוולות. ווען אַ מלך צי אַן אַנדער טוער האָט אַ גרויסע מאַכט איבער אַנדערע מענטשן, ווערט ער אָפֿט פֿאַרדאָרבן. אַ מאַכטהאָבער קאָן מיינען, אַז ער האָט גוטע כּוונות און טוט אויף גוטס, אָבער למעשׂה ברענגט ער אומיושר, היזק און גוואַלד.

על־פּי קבלה, האָט זמרי געוווּסט, אַז כּזבי איז זײַן באַשערטע. אַנטשטאָט זי מגייר צו זײַן ווי געהעריק, האָט ער אָבער באַשלאָסן אָנצוהייבן מיט איר אַן אינטימען קאָנטאַקט בפֿרהסיא. זײַענדיק אַ חשובֿער מענטש, דער ראָש פֿון אַ גאַנצן ייִדישן שבֿט, איז ער דערמיט באַגאַנגען אַ משונהדיק־גראָבע עבֿירה. ווען ער וואָלט עס געטאָן שטילערהייט, וואָלט פּינחס נישט געהאַט קיין רעכט זיי צו הרגענען. ווען עמעצער מישט זיך אַרײַן אינעם לעבן פֿון אַנדערע, פּרוּוונדיק זיי עפּעס צו פֿאַרווערן אָדער צו צווינגען עפּעס צו טאָן, קאָן ער צומאָל נאָכמאַכן נישט פּינחסן, נאָר גיכער זמרי. די תּורה זאָגט אונדז אָן נישט צו טרײַבן רכילות און צו באַציִען זיך צו אַלעמען מיט דרך־ארץ. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז דער גלוסט פֿון געוויסע פּאַרשוינען צו באַשולדיקן די נישט־ייִדישע פֿרויען אין פּנים אַרײַן פֿאַרן טראָגן אַ צלם צי אַן אַנדער נאָרמאַלן אויסדרוק פֿון זייער קולטור בעצם פּונקט אַזוי גראָב, ווי זמריס עבֿירה.

אין פֿאַרגלײַך מיט די עכטע אוראַלטע עבֿודה־זרות, האַלטן אַ סך פּוסקים, אַז די קריסטלעכע צי מוסולמענישע רעליגיע איז גאַנץ כּשר פֿאַר אַנדערע פֿעלקער. קיינער צווינגט דאָך נישט די חסידים אין ירושלים צו קוקן אויף דעקאָלטירטע קליידער פֿון רעסטאָראַן־אָפֿיציאַנטקעס. דערצו, זענען די קאָנסערוואַטיווע קריסטן אַליין מסכּים מיט די זעלביקע צניעות־סטאַנדאַרטן, ווי די חרדים, און זיי וואָלטן נישט חתונה געהאַט מיט די פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע רעליגיעס. ס׳איז נאַריש צו פֿאַרגלײַכן דעם מצבֿ אין דער הײַנטצײַטיקער וועלט מיט דער סיטואַציע אין אונדזער סדרה.

וואָס שייך די געמישטע חתונות, איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אַ גאַנצע ריי פּוסקים האַלטן, אַז על־פּי תּורה טאָר מען נישט חתונה האָבן מיט די זיבן פֿעלקער, וואָס האָבן מיט 3,000 יאָר צוריק געוווינט אין ארץ־כּנען. אין דער הײַנטיקער וועלט איז עס, לויט דער דאָזיקער שיטה, בלויז אַן איסור־דרבנן. זיכער מיינט עס נישט, אַז מע מעג עס טאָן, אָבער איבערטרײַבן טאָר מען אויך נישט.

אַוודאי, מיינט עס נישט, אַז מיר זאָלן פֿאַרמאַכן די אויגן און זיך נישט זאָרגן וועגן געוויסע פּראָבלעמען, וואָס האָבן שוין צעשטערט אַ סך ייִדישע קהילות אַרום דער וועלט. דער געדאַנק, אַז ייִדן מוזן חתונה האָבן מיט אַנדערע ייִדן בלויז צוליב דער מעכאַנישער רעפּראָדוקציע פֿון ייִדישער באַפֿעלקערונג איז אָבער אויך אַ דעסטרוקטיווער. עס טרעפֿט זיך נישט זעלטן, אַז קינדער פֿון אַ ייִדישער מאַמען און אַ נישט־ייִדישן טאַטן ווערן דערצויגן מער ייִדישלעך, ווי קינדער פֿון אַסימילירטע ייִדישע עלטערן. ווען נישט־ייִדישע ווײַבער זענען זיך מגייר, ווערן זיי אָפֿט די הויפּט־טרעגער פֿון פֿרומקייט אין דער משפּחה. אַזוי צי אַזוי, איז וויכטיק צו געדענקען, אַז מיטן באַעוולען מענטשן קאָן מען אויפֿטאָן גאָרנישט פּאָזיטיוו אין דער הײַנטצײַטיקער פֿרײַער וועלט. דאָס קריטיקירן די ציוניסטישע רעגירונג אין ארץ־ישׂראל פֿאַרן זײַן צו דעמאָקראַטיש איז זייער קרום און שמעקט דווקא מיט בלעמס קללה, וועלכע האָט זיך אײַנגעדרונגען אין געוויסע קרײַזן פֿון רעכט־געשטימטע ייִדן. דער באַגער צו געוועלטיקן ווי אַ מלך איז שעדלעך און ברענגט צו אַ סך קאָנפֿליקטן און סקאַנדאַלן, וואָס שאַפֿן דעם אײַנדרוק, חלילה, אַז די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט איז אַ העסלעכער און אומטאָלעראַנטער לעבנס־שטייגער.

פּרוּוונדיק נאָכצומאַכן — לכל־הפּחות, אויף אַ ווערבאַלן אָדער ווירטועלן אופֿן — דעם אוניקאַלן קנאָות־אַקט פֿון פּינחסן, פֿאַלן אַ טייל הײַנטיקע קנאָים אין דער פּאַסטקע פֿון בלעמס קללה פֿון מאַכט־באַגער. מע קאָן אַפֿילו זאָגן, אַז אין רכילות און שׂינאה — צי עס באַווײַזט זיך פּנים־אל־פּנים, אין דער פּרעסע אָדער אויף דער אינטערנעץ — ליגט זמריס אויסטערלישע גראָבקייט. סוףּ־כּל־סוף, האָט זײַן אויפֿפֿירעכץ געבראַכט בלויז אַן אומדירעקטן היזק. שׂינאה און רכילות באַליידיקן אָבער מענטשן אויף אַ דירעקטן אופֿן.

כּדי צו ראַטעווען הײַנט דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון אַסימילאַציע, דאַרפֿן מיר זיך באַציִען דווקא דרך־ארצדיק צו יעדן מענטש און יעדער משפּחה. להיפּוך צום ספּעציפֿישן פֿאַל מיט פּינחסן, קאָן מען אויפֿטאָן דאָס בעסטע „קנאָות‟ דורך ליבשאַפֿט און שלום.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.