מסיבה לכּבֿוד דער נײַער אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער פּאָעזיע

Celebration in Honor of New Yiddish Poetry Anthology

וועלוול טשערנין (רעכטס) און מיכאל פֿעלזענבאַום מיט אַן עקזעמפּלאַר פֿון דער נײַ־דערשינענער אַנטאָלאָגיע
Facebook
וועלוול טשערנין (רעכטס) און מיכאל פֿעלזענבאַום מיט אַן עקזעמפּלאַר פֿון דער נײַ־דערשינענער אַנטאָלאָגיע

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 06, 2017, issue of July 28, 2017.

אין צוזאַמענהאַנג מיט דער אַנומלטיקער דערשײַנונג פֿון דער נײַער אַנטאָלאָגיע פֿון הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּאָעזיע, „אַ רינג‟ אין ישׂראל, אָרדנט אײַן די „ייִדישע שרײַבער־גרופּע אין ישׂראל‟ אַ קערמעשל לכּבֿוד די פּאָעטן, וועמענס לידער פֿיגורירן אינעם בוך.

די ביכער־פּרעזענטאַציע און מסיבה וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 13טן יולי, 7 אַזייגער אין אָוונט בײַם „קלעזמער־קעלנער‟ אין ירושלים, דעם ירושלימער לאָקאַל פֿון „יונג־ייִדיש‟ (52 ירמיהו־גאַס). בײַ דער געלעגנהייט וועלן אַ טייל פֿון די מחברים (די וואָס וווינען אין ישׂראל, ווי אויך אויסלענדישע געסט) פֿאָרלייענען פֿון זייערע שאַפֿונגען. דערצו וועט מען געניסן פֿון ייִדישן געזאַנג און לעבעדיקער מוזיק, און אוודאי — מאַכן אַ לחיים.

די פּאָעטן וואָס זייערע לידער האָט מען אַרײַנגענומען אין דער אַנטאָלאָגיע זענען:

מאַרינאַ אַלעקסייעוואַ
אלכּסנדר בעלאָוסאָוו
שלום בערגער
חיקה־ברוריה וויגאַנד
זיסי ווייצמאַן
פֿעליקס חיימאָוויטש
ירמיהו אהרן טאַוב
מאַרעק טושעוויצקי
וועלוול טשערנין
משה לעמסטער
יואל מאַטוועיעוו
יצחק ניבאָרסקי
ישׂראל נעקראַסאָוו
באָריס סאַנדלער
טאָמאַס סאָקסבערגער
מיכאל פֿעלזענבאַום
באָריס קאַרלאָוו
לאה ראָבינסאָן
זשיל ראָזיע
גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט.

דער אײַנטריט איז בחינם. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.facebook.com/events/1415736261842399/?notif_t=plan_user_invited&notif_id=1499182078617685.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.