102־יאָריקער נאָוועליסט הערמאַן וווּק זאָגט ער האָט דערגרייכט זײַן ציל

At 102, Novelist Herman Wouk Says He Reached His Goal

Getty Images

פֿון אַרי פֿעלדמאַן (Forward)

Published July 06, 2017, issue of July 28, 2017.

דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ האָט הערמאַן וווּק דערגרייכט דעם בכּבֿודיקן עלטער פֿון 102 יאָר.

בעת אַן אינטערוויו אויף דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם CBS Sunday Morning („סיב־בי־עס‟ זונטיק אין דער פֿרי) האָט ער דערקלערט, אַז זײַן הויפּטציל אין לעבן איז געווען צו ניצן זײַנע ראָמאַנען כּדי אויסצולערנען די לייענערס וועגן דער געשיכטע, „צו פֿאַרפֿיקסירן אין דער ליטעראַטור דאָס וואָס האָט פּאַסירט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה און דעם חורבן. דאָס איז געווען מײַן הויפּט־עובֿדה“.

וווּק, אַ געבוירענער אין בראָנקס, ניו־יאָרק, האָט אָנגעהויבן זײַן קאַריערע ווי אַ קאָמעדיע־שרײַבער. ער האַלט אַז זײַן דינסט אינעם ים־פֿלאָט האָט אים געהאָלפֿן אַנטוויקלען זײַן שרײַבסטיל און זײַנע אינטערעסן. זײַן „פּוליצער‟־פּרעמירטער ראָמאַן The Caine Mutiny (דער בונט אויף דער שיף „קיין“), למשל, איז אַרויסגעוואַקסן פֿון זײַנע איבערלעבונגען ווי אַ פֿלאָט־אָפֿיציר.

איינעם פֿון וווּקס באַרימטסטע ראָמאַנען, War and Remembrance (מלחמה און דערמאָנונג) — דאָס שײַנדל פֿון אַ טרילאָגיע וועגן דער צווייטער וועלט־מלחמה — האָט מען פֿילמירט אויפֿן אָרט אין אוישוויץ־בירקענאַו. דאָס איז געווען דער סאַמע ערשטער קאָמערציעלער פֿילם וואָס איז דאָרט פֿילמירט געוואָרן.

וווּק, וואָס האָט אַרויסגעגעבן זײַן לעצטן ראָמאַן אין 2012, שרײַבט ווײַטער יעדן טאָג אין זײַן טאָגבוך, ביז 120.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.