העראָיִן אַ וואַקסנדיקע פּראָבלעם בײַ די חסידים

Heroin a Growing Problem in the Hasidic Community

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 07, 2017, issue of July 28, 2017.

מלכּי קלײַן
Facebook/Frum Watch
מלכּי קלײַן

דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש איז מלכּי קלײַן, אַ 20־יאָריק חסידיש מיידל אין באָראָ־פּאַרק, אומגעקומען פֿון אַ צו שטאַרקער דאָזע פֿון העראָיִן, האָט די וואָך איבערגעגעבן די „ניו יאָרק פּאָסט‟. לויט געוויסע קוואַלן איז דאָס ווײַט נישט די ערשטע העראָיִן־איבערדאָזע הײַיאָר אין די חסידישע קרײַזן.

לויט דער פּאָליציי האָט מלכּיס מאַמע, דעם 24סטן יוני, בערך 7:15 אין אָוונט, געפֿונען די טאָכטער אײַנגעבויגן אין בעט, מיט שוים אויף די ליפּן. מע האָט גלײַך גערופֿן די אַמבולאַנס־באַדינונג „הצלה‟ און מע האָט זי געפּרוּווט אָפּמינטערן פֿאַרן אַוועקפֿירן זי אינעם „מײַמאָנידיס־שפּיטאָל‟, אָבער 8:22 האָבן די דאָקטוירים אינעם שפּיטאָל זי דערקלערט פֿאַר טויט.

„מיר פֿאַרלירן אַ סך מער מענטשן צוליב נאַרקאָטיק ווי אַמאָל,‟ האָט באַמערקט יעקבֿ בערמאַן, וואָס זײַן אָרגאַניזאַציע אין קראַון־הײַטס, Operation Survival, פּרוּווט לייזן די נאַרקאָטיק־פּראָבלעם. „די פּראָבלעם פֿאַרשפּרייט זיך איבער אַמעריקע און איבער דער וועלט, און דאָס ווירקט אויך אויף אונדזערע קרײַזן.‟

צבֿי גלאָק, וואָס זײַן אָרגאַניזאַציע, Amudim, העלפֿט יונגע ייִדן וועלכע האָבן שוין געפּרוּווט זיך נעמען דאָס לעבן אָדער זענען נאַרקאָמאַנען, ווייסט פֿון 60 טויטפֿאַלן פֿאַרבונדן מיט נאַרקאָטיק צווישן די פֿרומע לײַט, זינט דעם אָנהייב פֿון דעם איצטיקן יאָר. 20 פֿון זיי זענען געווען חסידים.

לאהלע ראַוך, אַ 24־יאָריק מיידל וואָס איז געווען זייער נאָענט מיט מלכּי, האָט געזאָגט אַז, פּונקט ווי זי אַליין, האָט קלײַן פֿון אַ יונגן עלטער זיך געפֿילט אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער חסידישער סבֿיבֿה. מיט דער צײַט האָט מען מלכּי אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער שול אין קענסינגטאָן, אַ געגנט לעבן באָראָ־פּאַרק, און נאָך דעם געשיקט זי אין אַ שול פֿאַר פּראָבלעמאַטישע קינדער אין מידוווּד, וווּ זי און עטלעכע אַנדערע תּלמידים האָבן אַנטדעקט נאַרקאָטיק. „דאָס טרעפֿט הײַנט מיט אַ סך מיידלעך,‟ האָט לאהלע געזאָגט.

„אין אַ סך פֿון די פֿאַלן, באַמיִען זיך די משפּחות זייער שטאַרק צו געפֿינען הילף פֿאַר זייערע נאָענטע, וואָס נעמען אײַן נאַרקאָטיק,‟ האָט בערמאַן דערקלערט. „אַ סך האָבן שוין געפּרוּווט שיקן די קינדער צו רעהאַביליטיר־צענטערס, אָבער אויב דאָס קינד האָט אַן אַדיקציע און האַלט אין איין אויספּרוּוון נײַע ׳סחורה׳ איז נישטאָ קיין סך וואָס די משפּחה קען טאָן.‟

מלכּיס משפּחה האָט טאַקע געהאַט בײַ זיך ספּעציעלע אַנטידאָטן צו באַקעמפֿן אַן איבערדאָזע, און איר טאַטע איז געווען דער ערשטער עס צו ניצן אויף דער טאָכטער גלײַך נאָך דער איבערדאָזע. במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר האָבן זיי באַצאָלט פֿאַר מלכּיס באַטייליקונג אין אַ רעהאַביליטיר־אָרט אין קאַליפֿאָרניע, האָט רויך געזאָגט, און דערבײַ צוגעגעבן: „איר טאַטע־מאַמע האָבן געפּרוּווט ממש אַלצדינג.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.