די־ען־איי אַנטדעקט אין „אַמיאַ“־אויפֿרײַס — אַ סימן פֿון אַן אַליינמאָרד־אַטאַק

DNA Found in AMIA Bombing Points to Suicide Attack

לינקס: איבראַהים כוסיין בערראָ
לינקס: איבראַהים כוסיין בערראָ

פֿון ייִט״אַ

Published July 09, 2017, issue of July 28, 2017.

אַ נײַער קאָמפּלעט די־ען־איי איז לעצטנס אַנטדעקט געוואָרן צווישן די 85 קרבנות פֿונעם ייִדישן קאָמונאַלן צענטער „אַמיאַ‟, אין בוענאָס־אײַרעס. 

דאָס געפֿינס פֿאַרשטאַרקט די השערה, אַז דעם אַטאַק אין 1994 האָט דורכגעפֿירט אַן אַליינמאָרד־טעראָריסט. אַחוץ די 85 אומגעקומענע האָט דער אַטאַק אויך פֿאַרוווּנדיקט הונדערטער אַנדערע.

די מודעה האָט אַרויסגעלאָזט דער ספּעציעלער „אַמיאַ‟־אויספֿאָרש־איינס דעם 3טן יולי, צוויי וואָכן פֿאַרן 23סטן יובֿל פֿונעם אויפֿרײַס. דער באַריכט אַנטפּלעקט צום ערשטן מאָל די עקסיסטענץ פֿון אַ גענעטישן פּראָפֿיל אינעם פּרעזערווירטן געביין פֿון די אומגעקומענע, וואָס באַלאַנגט נישט צו קיין איינעם פֿון זיי. דעריבער האַלט מען אַז דאָס איז מסתּנא דער די־ען־איי פֿונעם טעראָריסט.

די פּראָקוראָרן האָבן זיך שוין אונטערגענומען, ווי טייל פֿון אַן אינטערנאַציאָנאַלער צוזאַמענאַרבעט, צו פּרוּוון צופּאַסן דעם אַנטדעקטן גענעטישן פּראָפֿיל מיט די פּרוּוולעך פֿון קרובֿים פֿונעם חשוד. כאָטש מע האָט דעם חשוד נישט אָנגערופֿן עפֿנטלעך בײַם נאָמען איז ער יאָ דערמאָנט געוואָרן אין אַ פֿריִערדיקן באַריכט פֿונעם ספּעציעלן אויספֿאָרש־איינס: איבראַהים כוסיין בערראָ, אַ לבֿנונשער בירגער און, װי עס זעט אױס, אַ מיטגליד פֿון „כעזבאָלאַ‟. 

דעם מת פֿון אַ מעגלעכן זיך־אויפֿרײַסער האָט מען ביז איצט נישט געפֿונען און נישט אידענטיפֿיצירט. פֿינעף איראַנער פֿיגורירן אָבער יאָ אויף דער „אינטערפּאָל‟־רשימה אין שײַכות מיטן „אַמיאַ‟־אַטאַק אין 1994.

די פּראָקוראָרן סאַברינאַ נאַמער, ראָבערטאָ סאַלום און לעאָנאַרדאָ פֿיליפּיני פֿירן שוין אָן מיט דער אויספֿאָרשונג זינט מ׳האָט זייער פֿירגייער, אַלבערטאָ ניסמאַנען, געפֿונען דערשאָסן אױף טױט אין זײַן דירה אין יאַנואַר 2015 — בלויז עטלעכע שעה איידער ער האָט זיך געזאָלט באַווײַזן פֿאַרן קאָנגרעס מיט די ראַיות, באַווײַזנדיק אַז דער דעמאָלטיקער פּרעזידענט קריסטינאַ פֿערנאַנדעז דע קירשנער האָט, אַ פּנים, געהאַט אַ באַהאַלטענעם אָפּמאַך צו פֿאַרדעקן די ראָלע מצד איראַנישע באַאַמטע אינעם „אַמיאַ‟־אױפֿרײַס. פֿערנאַנדעז האָט אָפּגעלייקנט די באַשולדיקונגען און די ריכטערס האָבן אין גאַנצן אָפּגעלאָזט דעם יורידישן ענין. מ׳האָט דעם ענין ווידער געעפֿנט מיט אַ יאָר צוריק, כאָטש קיין קלאָרע אויספֿירן האָט מען ביז הײַנט נישט געמאָלדן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.