זעקס סאָלדאַטן פֿון „פֿאַרלוירענעם שבֿט“ שליסן זיך אָן אין צה״ל

Six Soldiers From "Lost Tribe" Join Israeli Army Together

Shavel Israel

פֿון אַרי פֿעלדמאַן (Forward)

Published July 11, 2017, issue of July 28, 2017.

לעצטנס זענען צום צה״ל צוגעקומען זעקס סאָלדאַטן פֿון דער קהילה „בני־מנשה“, וואָס אַלע האָבן עולה געווען פֿון צפֿון־מיזרח אינדיע במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָר. אײַנגעזעלנערט האָט מען זיי דעם חודש אין אַ ספּעציעלער צה״ל־צערעמאָניע.

די „בני־מנשה“, וואָס באַטרעפֿן 10,000 נפֿשות איבער גאָר דער וועלט, האַלט אַז זיי שטאַמען דירעקט פֿונעם פֿאַרלוירענעם שבֿט מנשה, איינעם פֿון די אָריגינעלע צוועלעף שבֿטים פֿון ישׂראל. בנימין טונגנונג, איינער פֿון די נײַ געוואָרענע סאָלדאַטן, האָט בשעת דער צערעמאָניע דערקלערט: „מײַן משפּחה האָט תּמיד געחלומט אַז זי וועט עולה זײַן און בויען אונדזער צוקונפֿט אין ישׂראל; מײַן אייגענער חלום איז געווען דאָס דינען ווי אַ סאָלדאַט אין צה״ל. בין איך גאָר צופֿרידן אַז איך האָב געקענט מקיים זײַן מײַן חלום“.

די „בני־מנשה“ טענהן אַז זיי שטאַמען פֿון די צען שבֿטים פֿון ישׂראל וואָס זענען פֿאַרשיקט געוואָרן נאָכן אַשורישן נצחון איבער ישׂראל אינעם 7טן י״ה פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג. דאָס גענעטישע טעסטירן האָט אָבער נישט באַשטעטיקט אַז די „בני־מנשה“ שטאַמען טאַקע פֿונעם מיטעלן מיזרח.

אין ישׂראל וווינען איצט 3,000 פֿון די „בני־מנשה“. די צײַטונג „הארץ“ האָט שוין פֿריִער איבערגעגעבן אַז אַ סך ראַנגלען זיך מיטן געפֿינען אַרבעט דערפֿאַר וואָס זיי רעדן נישט גוט עבֿרית.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.