קאַפּאַליע „ווערעצקי פּאַס‟ שפּילט פּוילישע מוזיק אויפֿן נײַעם קאָמפּאַטל

Klezmer Band "Veretski Pass" Plays Polish Music on New CD


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published July 12, 2017, issue of July 28, 2017.

בעת דער לעצטער וואָך אין יוני האָט דער עולם בײַם קראָקעווער ייִדישן פֿעסטיוואַל געהערט עפּעס וואָס זיי האָבן אויף דעם מסתּמא זיך נישט געריכט: אַ ייִדישע קאַפּעליע פֿון אַמעריקע זאָל שפּילן פּוילישע פֿאָלקמוזיק און פֿאָלקטענץ.

די גרופּע „ווערעצקי פּאַס” פֿון קאַליפֿאָרניע האָט מען פֿאַרבעטן צו שפּילן די פּוילישע אָבערעקס, פּאָלקעס און קראַקאָוויאַקן וואָס מע קען הערן אויף זייער נײַעם קאָמפּאַקטל „פּוילן: אַ גילגול”.

פֿאַר וואָס הייסט דאָס „פּוילן: אַ גילגול”? די גרופּע איז אינספּירירט געוואָרן פֿון י. ל. פּרצס דערציילונג „אַ גילגול פֿון אַ ניגון” פֿון זײַן באַנד „חסידיש”. בײַ פּרצן, הייבט זיך אָן דער ניגון ווי אַ שאַפֿונג פֿונעם פֿידלער פּדהצור און עס ווערט מגולגל אין אַן הכנסת כּלה־ניגון. דערנאָך גייט עס אַדורך עטלעכע גלגולים און ווערט אַ טרויעריקער „אל מלא רחמים”, אַ ווילדער פֿריילעכס, אַ טעאַטער־ליד, אַ גאַסן־ליד בײַ קונצנמאַכער, דאָס קלאָגליד פֿון אַ יונגער בעטלערין, אַ מעלאָדיע וואָס אַ למדן קען נישט אַרויסטרײַבן פֿון מוח און אַ ניגון געזונגען פֿאַרן טאָלנער רבין. צום סוף, אַ דאַנק דעם ניגון, ווערט געראַטעוועט דאָס בעטלער־מיידל.

אויפֿן קאָמפּאַקטל „פּוילן” האָט מען אײַנגעטיילט די ניגונים לויט דעם סיפּור־המעשׂה פֿון דער דערציילונג. געוויסע טיטלען פֿון די „שטיקלעך” פֿאַררופֿן זיך אויף די העלדן, שטעט און שטעטלעך וואָס מע לייענט אין דער מעשׂה ווי „ר’ חיימס פֿריילעך”, „קיִעווער קאָזאַ” און „קאַצנערס אָבערעקס”. ס׳איז דאָ אַ שיינע סצענע בײַ פּרצן אין וועלכער אַ ווײַבל גייט טאַנצנדיק, פֿאַרביק אָנגעטאָן, און האַלט אַ טאַץ. הינטער איר גייט אַ קאַפּעליע שפּילנדיק, און די ייִדן וואַרפֿן אַרײַן מטבעות אין טאַץ. אויפֿן קאָמפּאַקטל ווערט די סצענע פֿאָרגעשטעלט מיט דרײַ ניגונים אין אַן אָפּטייל וואָס הייסט „די גאַס”: „בעלפֿערס אוּווערטור”, „באָטלערס גאַלאָפּ” און „פּאָלקע שאַרפּאַנאַ”. שפּעטער בײַ פּרצן, ווען דער פֿאָלקס־ניגון ווערט אַ מעלאָדיע אין טעאַטער, הערט מען אויפֿן קאָמפּאַקטל דעם אָפּטייל „טעאַטער” מיט דרײַ שטיקלעך: „געדאַנקען” (קאָמפּאָנירט פֿון מאיר באָגדאַנסקי), „פּרינץ און פּרינצעסין” און „דער פֿינצטערער הויז־אָבערעק”.

בסך־הכּל זענען פֿאַראַן 33 מעלאָדיעס: סײַ ייִדישע, סײַ פּוילישע ניגונים און טענץ. פֿון פֿאַרשיידענע קוואַלן האָט מען גענומען די ניגונים — פֿון אַלטע און נײַע פֿאָלקלאָר־זאַמלונגען, פֿון ווייניק באַקאַנטע חסידישע טראַדיציעס, און פֿון פּוילישע דאָרפֿישע טענץ. דערצו זענען דאָ זעקס נײַע ניגונים געשאַפֿן פֿון די מוזיקער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.