פּרשת פּנחס, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Pinchas, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 13, 2017, issue of July 28, 2017.

מיט אַ וואָך צוריק האָבן מיר געלייענט אין דער פּרשה ווי בלק, דער מלך פֿון מואָבֿ, האָט בשותּפֿות מיטן בייזן כּישוף־מאַכער בלעם צוגעטראַכט אַן עצה, ווי אַזוי צו שאַטן די ייִדן. זיי האָבן אַרײַנגעשיקט פֿרעמדע פֿרויען אינעם מידבר, כּדי אײַנצורעדן די ייִדישע מענער מיט זיי צו זינדיקן און צו דינען עבֿודה־זרה.

זמרי, דער נשׂיא פֿונעם שבֿט־שמעון האָט בפֿרהסיא געזינדיקט מיט אַ געוויסער נישט־ייִדישער פֿרוי, כּזבי; די חז״ל זאָגן, אַז דאָס איז געווען די טאָכטער פֿונעם מלך בלק אַליין. פּנחס, אַן אייניקל פֿון אַהרן הכּהן, האָט אַרויסגעכאַפּט אַ שווערד און דערהרגעט זמרי און כּזבי אין מיטן זייער סעקסועלן קאָנטאַקט. די ייִדן האָבן זיך גענומען צום שׂכל און די מגפֿה צווישן זיי האָט זיך אָפּגעשטעלט. פּנחס איז לכתּחילה נישט געווען קיין כּהן, אָבער פֿאַר זײַן קנאָות־אַקט האָט אים דער אייבערשטער געגעבן דעם כּהונה־סטאַטוס, ווי אַן אוניקאַלן יוצא־מן־הכּלל.

אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט האָט זיך געשאַפֿן אַ פּאַראַדאָקסאַלע סיטואַציע. פֿון איין זײַט, טרעפֿן זיך אַזעלכע מענטשן, אַרײַנגערעכנט באַקאַנטע רבנים, וואָס לייגן פֿאָר צו לייזן די פּראָבלעם פֿון געמישטע חתונות דורך קנאָות־מעטאָדן. עטלעכע מאָל האָב איך אַפֿילו געהערט, אַז מע מעג באַנוצן דעם דאָזיקן צוועק מיט אַן עכט געווער, ווײַל די געמישטע חתונות זענען, לויט געוויסע דעות, ממש אַ צווייטער חורבן און מוזן באַקעמפֿט ווערן דורך מיליטאַנטישע מיטלען. הגם אַזעלכע עקסטרעמע דעות איז אַ זעלטנקייט, באַציִען זיך אַ סך ייִדישע קהילות זייער אומטאָלעראַנט צו מענער, וואָס ווילן קומען אין דער שיל אַרײַן מיט זייערע „געפֿערלעכע שיקסעס‟. למעשׂה, איז אַזאַ צוגאַנג אומפּראָדוקטיוו און שטויסט אָפּ אַ סך אַסימילירטע ייִדן פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט.

פֿון דער צווייטער זײַט, ווערט דאָס וואָרט „קנאָות‟ אַסאָציִיִרט אין די חרדישע קרײַזן מיט אַזעלכע שטאַרק טראַדיציאָנעלע ייִדיש־רעדנדיקע קהילות, ווי סאַטמאַר, תּולדות־אַהרן און נטורי־קרתּא. אויף פּראָ־פּאַלעסטינער דעמאָנסטראַציעס, וווּ עס באַווײַזן זיך אַ סך מוסולמענישע פֿרויען מיט פֿאַרטשיילעס, קומען כּסדר חסידישע מענער. עס באַקומט זיך, אַז זיי פֿאַרטיידיקן די רעכט פֿון די פּאַלעסטינער פֿרויען דווקא צוליב זייער קנאָות — כּדי אַרויסצוּווײַזן אויף אַ מיליטאַנטישן אופֿן, אַז די ציוניסטישע אידעאָלאָגיע קומט אין סתּירה מיט דער אַלטער היימישער ייִדישקייט.

דאָס מיינט נישט אָבער, אַז די דאָזיקע מענטשן פֿאַרטיידיקן די רעכט פֿון פֿרויען אין אַלגעמיין. אויף די דעמאָנסטראַציעס קומען בלויז מענער, וואָס מיינען, אַז ס׳איז נישט צניעותדיק פֿאַר אַ פֿרוי אַרויסצוזאָגן איר מיינונג בפֿרהסיא אָדער זיך צו באַווײַזן אין טעלעוויזיע־נײַעס. נישט פּראָגרעסיווע געדאַנקען ציִען די „קנאָים‟, געוויינטלעך, אויף אַזעלכע פּראָטעסטן, נאָר די האָפֿענונג צו ברענגען צוריק דעם פּאַטריאַרכאַלן שטייגער לעבן, וואָס האָט געהערשט אַמאָל אין ארץּ־ישׂראל.

אַזוי צי אַזוי, ווערט קנאָות אין דער הײַנטצײַטיקער וועלט אָפֿט באַטראַכט ווי אַן איבערבלײַבעכץ פֿון דער מיטל־עלטער. הגם מענטשן, וואָס האַלטן זיך פֿאַר קנאָים, קאָנען מסכּים זײַן מיט געוויסע פּראָגרעסיווע דעות אָדער העלפֿן צו ראַטעווען די ייִדישע קהילות פֿון ערנסטע פּראָבלעמען, שאַפֿט זייער געדאַנקען־גאַנג אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן אײַנדרוק. מיר ווייסן אָבער, אַז אַלע געשיכטעס אין דער תּורה בלײַבן תּמיד אַקטועל און האָבן אַן אייביקע ווערט. וואָס קאָנען מיר אָפּלערנען אין אונדזער תּקופֿה פֿון פּנחסן?

דער הייליקער אַריז״ל, רבי יצחק לוריא, דערקלערט, אַז זמרי און כּזבי זענען געווען באַשערט חתונה צו האָבן מן־השמים. דער איזשביצער רבי און אַנדערע חסידישע צדיקים זענען מסביר דעם מיסטישן הינטערגרונט פֿון דער מעשׂה. זענענדיק אַ גילגול פֿון דינה, יעקבֿ אָבֿינוס טאָכטער, האָט כּזבי געהאַט אַ ייִדישע נשמה; זמרי איז געווען אַ גילגול פֿון שכם — דער פּאַרשוין, וועלכער האָט מאנס געווען דינה. זיי זענען געווען באַשערטע פֿון ששת־ימי־בראשית. צום באַדויערן, האָט זיך זייער „שידוך‟ אויסגעשפּילט אויף אַן אויסטערלישן גוואַלד־אופֿן.

דער חילוק צווישן ייִדן און אַנדערע מענטשן איז רעלאַטיוו. ווי אַ היסטאָרישע גרופּע, וואָס האָט פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט הויכע עטישע אידעאַלן און ריינע אמונת־השם, בלײַבן מיר זיכער אַ אוניקאַל אויסדערוויילט פֿאָלק. דאָס מיינט נישט אָבער, אַז די אַנדערע מענטשן אַרום אונדז זענען ערגער. ווי עס באַטאָנט דער געוועזענער בריטישער הויפּט־רבֿ יונתן סאַקס, זענען אַלע פֿעלקער אין דער וועלט אויסדערוויילט צוליב פֿאַרשיידענע געטלעכע מיסיעס. דערצו, זענען די גרענעצן נישט אַלעמאָל אײַזן־שטאַרק. אינעם פֿאַל פֿון זמרי און כּזבי האָבן זיך זייערע ראָלעס אויסגעטוישט. שכמס גילגול איז געוואָרן אַ חשובֿער ייִד, דער נשׂיא פֿונעם שבֿט, וואָס שטאַמט פֿון שמעון, וועלכער האָט נוקם געווען פֿאַרן פֿאַרגוואַלדיקן זײַן שוועסטער. להיפּוך, איז דינהס גילגול געבוירן געוואָרן ווי אַ נישט־ייִדישע פּרינצעסין.

דאָס ווײַב פֿונעם רוימישן הויכראַנגיקן באַאַמטן טורנסרופּוס האָט פֿאַרבעטן רבי עקיבֿא, כּדי חוזק צו מאַכן פֿון דער ייִדישער תּורה. רבי עקיבֿא האָט פֿאַרענטפֿערט אַלע אירע קשיות; בעת דעם שמועס, האָט ער אַ שפּײַ געגעבן, זיך צעוויינט און צעלאַכט. נאָכן שמועס, האָט די רוימישע אַריסטאָקראַטקע זיך געגט, געוווירן אַ גיורת און חתונה געהאַט מיט רבי עקיבֿא. אַזוי האָט זיך פֿאַרענדיקט אויף אַ כּשרן און גליקלעכן אופֿן דער „קאָסמישער ראָמאַן‟ צווישן שכם אָדער זמרי מיט דינה אָדער כּזבי. רבי עקיבֿאס נשמה איז באַשטאַנען פֿון פֿאַרשיידענע עלעמענטן, אַרײַנגערעכט אַ פֿינקל פֿון כּזבי. דאָס ווײַס פֿון טורנסרופּוס האָט אויך געהייסן כּזבי און איז געווען איר גילגול.

רבי עקיבֿא האָט אַ שפּײַ געגעבן, ווען ער האָט דערזען אַ פֿרוי, וואָס דינט נאַרישע אָפּגעטער אַנשטאָט דעם אמתן באַשעפֿער. דערנאָך האָט ער זיך צעוויינט: ווי אַזוי איז אַזאַ שיינקייט אַזוי טיף געפֿאַלן? פֿאַרוואָס האָט דער רבונו־של־עולם באַשאַפֿן אַ שיינע פֿרוי, וואָס וויל חוזק מאַכן פֿון זײַן הייליקער תּורה? ווען ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אין איר סאַרקאַזם שטעקט דער ייִדישער נײַגער פֿון זײַן קומענדיקער פֿרוי, האָט ער זיך צעלאַכט.

פּנחס האָט געוווּסט, אַז זמרי און כּזבי האָבן זיך נישט צופֿעליק פֿאַרליבט איינער אין דער צווייטער. וואָס קאָן מען אָבער טאָן? אויב יעדער וועט זיך אַזוי אויפֿפֿירן, וועט דאָך ווערן אַ הפֿקר־וועלט. הגם פּנחס האָט אויך אָפּגעטאָן אַן אויסטערלישע עבֿירה־לשמה, האָט דער באַשעפֿער עס אָנגענומען ווי אַ מיצווה און האָט אַליין, כּבֿיכול, עובֿר געווען אויף זײַנע אייגענע כּללים, דערקלערנדיק פּנחסן אַ כּהן.

פֿון דער הײַנטיקער סדרה לערנען מיר אָפּ, אַז דאָס לעבן איז קאָמפּליצירט און לייגט זיך נישט אַלעמאָל אין די שמאָלע ראַמען פֿון „שוואַרץ און ווײַס‟. זמרי איז געווען אַ רשע, אָבער איז פֿאָרט געווען אַ פּערסאָנאַזש פֿון אַ דורות־לאַנגן מיסטישן נשמות־ראָמאַן. רבי עקיבֿא האָט מתּקן געווען זײַן חטא, אָבער איז אומגעבראַכט געוואָרן, ווי באַקאַנט, פֿון די רוימער אויף אַ שוידערלעכן אופֿן. ווען משה רבינו האָט פֿאָרויסגעזען רבי עקיבֿאס טויט, האָט דער אייבערשטער אים געזאָגט: פֿרעג נישט קיין קשיות, אַזוי דאַרף זײַן.

דער נקמה־אַקט פֿון פּנחסן איז געווען אויף אַ האָר ווײַט פֿון אַן גראָבן מאָרד. אין דער הײַנטיקער וועלט וואָלט אַזאַ מעשׂה געווען, פֿאַרשטייט זיך, סתּם רציחה און אַ שטעקלעכער חילול־השם. דער עצם־ענין פֿון קנאָות איז אָבער גוט, אויב מע נוצט עס אויס אויף אַ געזונטן אופֿן. גייט איר אויף דעמאָנסטראַציעס מיט די פּאַלעסטינער פֿרויען? געזונטערהייט, אָבער באַפֿרײַט מיטן זעלבן קנאָיִשן אימפּעט די ייִדישע פֿרויען אין אײַערע קהילות. זענט איר נישט צופֿרידן מיטן הויכן ניוואָ פֿון געמישטע חתונות? באַציט זיך צו די געמישטע פּאָרפֿעלקער מיט אַ „פֿאַנאַטישער‟ סימפּאַטיע. דעמאָלט וועט אײַער קנאָות, מעגלעך, צוציִען די נישט־ייִדישע ווײַבער פֿון ייִדישע מענער צו ייִדישקייט.

כּדי נאָכצומאַכן פּנחסן אין דער הײַנטיקער וועלט, דאַרף מען דווקא ווײַזן — מיט דער קנאָיִשער מיליטאַנטישער ענערגיע און שאַרפֿע ווערטער — אַז אומטאָלעראַנץ און איזאָלאַציע זענען צווישן די סיבות פֿון דער מגיפֿה אין די הײַנטיקע חרדישע קהילות. להיפּוך צום מצבֿ אין דער פּרשה, ליידן מיט הײַנט פֿון אַנדערע מינים מגיפֿות און עבֿודה־זרות און ממילא נייטיקן זיך אין אַן נײַעם מין קנאָות. דער קנאָיִשער צוגאַנג איז דווקא גוט, אויב עס מיינט אַ מסירת־נפֿשדיקן קאַמף קעגן אומטאָלעראַנץ, דיסקרימינאַציע, שׂינאת־חינם און אומיושר.