אויסגראָבונגען גייען אָן ווײַטער בײַ דער ווילנער „שטאָט־שול‟

Excavations Continue at the Site of Vilna's Great Synagogue

מיטאַרבעטער אונטערן אויפֿזיכט פֿון אַן אַרכעאָלאָג גראָבן אויס אויפֿן אָרט פֿונעם אַמאָליקן שיל־הויף
Facebook/ The Vilna Great Synagogue and Shulhoyf Research Project
מיטאַרבעטער אונטערן אויפֿזיכט פֿון אַן אַרכעאָלאָג גראָבן אויס אויפֿן אָרט פֿונעם אַמאָליקן שיל־הויף

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 13, 2017, issue of July 28, 2017.
די קאַכליעס, וואָס זענען אפֿשר אַמאָל געווען דער דיל פֿון אַ מיקווה
Facebook/ The Vilna Great Synagogue and Shulhoyf Research Project
די קאַכליעס, וואָס זענען אפֿשר אַמאָל געווען דער דיל פֿון אַ מיקווה

מיט צוויי יאָר צוריק האָבן פֿאָרשער אין ווילנע דורכגעפֿירט אַ ראַדאַר־אַנאַליז כּדי צו באַשטעטיקן וווּ עס געפֿינען זיך די רעשטלעך פֿונעם ווילנער שול־הויף, דער אַמאָליקער קאָמפּלעקס פֿון סינאָגאָגעס, שטיבלעך, בתי־מדרשים און ביבליאָטעקן, וואָס האָבן געשפּראָצן אַרום דער ריזיקער ווילנער שטאָט־שול. נאָך דעם וואָס מע האָט באַשטעטיקט וווּ עס געפֿינען זיך די חורבֿות (צעשטערט דורך די נאַציס און די סאָוועטן), האָט מען פֿאַראַיאָרן לאַנצירט אַן אַרכעאָלאָגישע עקספּעדיציע, כּדי אויסצוגראָבן טיילן פֿון די בנינים.

הײַיאָר פֿירט אַ גרופּע ישׂראלדיקע און ליטווינער אַרכעאָלאָגן ווידער דורך אַן עקספּעדיציע אויפֿן אָרט, וווּ עס איז העכער 350 יאָר געשטאַנען די ווילנער שטאָט־שול. לויט אַ באַריכט אויפֿן בלאָג Jewish Heritage Europe, זוכן די אַרכעאָלאָגן שפּורן פֿון די אַמאָליקע מיקוואָות אויפֿן סמך פֿון בוי־פּלענער פֿונעם סוף 1800ער יאָרן, וואָס באַשרײַבן ווי אַזוי מע האָט דעמאָלט ווידער געבויט די וואַסער־רערן. לעצטנס האָט מען אַנטדעקט אַ סעריע באַפֿאַרבטע קאַכלען, וואָס האָבן אפֿשר געהערט צום דיל פֿון אַ מיקווה. די אויספֿאָרשער האָפֿן אויך באַלד צו געפֿינען סימנים פֿון אַן אָמאָליקער בימה.

כּדי מיטצוהאַלטן מיט די לעצטע ידיעות וועגן די אויסגראָבונגען באַזוכט די „פֿייסבוק־גרופּע‟ פֿונעם „פֿאָרשט־פּראָיעקט איבער דער גרויסער שול און שול־הויף‟.