מאַרטין בובערס רוף צו אַן אינטימער באַציִונג מיטן אייבערשטן

Martin Buber's Call For an Intimate Bond With God

מאַרטין בובער
Getty Images
מאַרטין בובער

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published July 16, 2017, issue of July 28, 2017.

מיט אַ פּאָר יאָר צוריק זײַנען אַרױס צװײ נײַע אױפֿלאַגעס פֿון מאַרטין בובערס באַקאַנטע װערק װעגן פֿילאָסאָפֿיע און חסידות, כאָטש בובער אַליין איז אַוועק פֿון דער וועלט מיט מער ווי 50 יאָר צוריק.

װאָס מאַכט בובער אַקטועל און אינטערעסאַנט פֿאַרן הײַנטיקן לײענער? איין ענטפֿער איז אַז זײַן סטיל פֿון דערקלערן אידעעס איז אַן אינטימער און פּערזענלעכער, אַפֿילו װען ער באַהאַנדלט די סאַמע אַבסטראַקטע פֿילאָסאָפֿישע און טעאָלאָגישע ענינים. די עיקרדיקע קשיא, װאָס פֿאַרנעמט זײַנע טעאָרעטישע חקירות, איז די באַציִונג פֿונעם מאָדערנעם מענטש צום גלויבן אין גאָט. בובערס ציל איז צוריקצוברענגען גאָט אינעם מענטשלעכן לעבן װי אַ לעבעדיקן יש. ער אָנערקענט דערבײַ, אַז דער מאָדערנער מערבֿדיקער מענטש האָט מער ניט קײן דירעקטן שײַכות מיט דער װעלט פֿון קדושה. בובער באַשרײַבט דעם דאָזיקן עקזיסטענציאָנעלן מצבֿ מיטן באַגריף פֿון „הסתּר־פּנים”, אַזױ װי גאָט האָט כּבֿיכול צוריקגעצױגן זײַן פּנים פֿון דער װעלט און געלאָזט דעם מענטשן אױף זײַן באַראָט.

װי אַזױ קאָן דער מאָדערנער מענטש װידער אײַנפֿירן אַ באַציִונג מיט געטלעכקײט? דאָס איז די פֿראַגע, װאָס ווערט הײַנט דיסקוטירט בײַ די רעליגיעזע דענקער פֿון פֿאַרשידענע אמונות. בובער שעפּט זײַן אינספּיראַציע פֿון חסידישע מקורים, דער עיקר פֿון מעשׂיות װעגן די ערשטע צדיקים. ער האָט אַ קנאַפּן אינטערעס אין די טעאָלאָגישע חקירות און קבליסטישער פּראַקטיק. דער עיקר פֿאַר אים איז די שׂימחה פֿון פּשוטן גלױבן, דער דירעקטער דיאַלאָג צװישן דעם מענטשן און זײַן בורא.

בובערס קוק אױף חסידות האָט זיך געענדערט מיט דער צײַט. זײַן ערשטע באַגעגעניש מיט אמתע חסידים איז געװען אין סאַדיגורע, װאָס ער האָט באַזוכט װי אַ קינד מיט זײַן זײדן, דעם באַקאַנטן מדרש־פֿאָרשער שלמה בובער. דאָס װינער ייִנגל מאַרטין איז דעמאָלט געװען פֿאַרפּלעפֿט דורך דער „װילדקײט”, װאָס ער האָט דערזען בײַם הױף פֿונעם ריזשינער צדיק. אָבער אַפֿילו װי אַ קינד האָט בובער געקאָנט פֿילן די שפּורן פֿון דער אַמאָליקער גײַסטלעכער גדולה. ער באַשרײַבט זײַן דערפֿאַרונג אינעם עסײ „מײַן װעג צו חסידות”, װאָס שפּיגלט אָפּ זײַן שטימונג בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה. צום סוף באַטאָנט ער אַז די מענטשהײט נײטיקט זיך אין אַ „גײַסטלעכן העלפֿער” און אַ „לערער פֿונעם װעלט־טײַטש” לױטן שטײגער פֿון אַ חסידישן צדיק.

מיט אַ פֿופֿציק יאָר שפּעטער האָט זיך בובער אומגעקערט צום ענין פֿון חסידות אינעם עסײ „חסידות און דער הײַנטיקער מענטש”. אין חסידות האָט ער איצט דערזען אַן ענטפֿער אױף דעם גײַסטלעכן קריזיס, װאָס איז באַפֿאַלן די מערבֿדיקע מענטשהײט אין דער מאָדערנער תּקופֿה. דעם שורש פֿונעם קריזיס, האָט בובער געהאַלטן, ליגט אין דער צעשײדונג צװישן דעם הײליקן און דעם װאָכעדיקן. חסידות, לױט בובערס דעה, איז געװען אַ מוסטער פֿון אחדות צװישן אָט די בײדע ספֿערעס פֿון לעבן. כּדי צו דערגרײכן אַזאַ מין אחדות, מוז מען ניט פֿאַרלאָזן דעם עולם־הזה. דער יחיד דאַרף אױספֿירן זײַן מענטשלעכע שליחות דורכן „װערן אַ מענטש אין גאָטס אויגן”, דורך װענדן זיך צו גאָט דירעקט, „אױף דו”.

בובער האָט געפֿונען אין חסידות ענטפֿערס אױף אַ צאָל װיכטיקע פֿילאָסאָפֿישע פּראָבלעמען. דערבײַ האָט ער ניט געהאַלטן, אַז די חסידיסע צדיקים האָבן זיך ספּעציעל אָפּגעגעבן מיט אַבסטראַקטע פֿילאָסאָפֿישע ענינים. פֿאַר אים איז חסידות געװען אַ „טױער”, אין װעלכן דער מענטש שטייט און באַטראַכט די אַרומיקע װעלט. בובערס קריטיקער האָבן געטענהט, אַז ער האָט פֿאַלש אױסגעטײַטש די חסידישע תּורה אױפֿן סמך פֿון מעשׂיות און ניט גענומען אין באַטראַכט דרשות און אַנדערע װיכטיקע מקורים. אָבער בובער איז ניט געװען פֿאַרטאָן אין אַ קריטישער אָדער היסטאָרישער פֿאָרשונג פֿון חסידות. ער האָט געשעפּט דערפֿון מחשבֿות און געשטאַלטן פֿאַר זײַן אײגנאַרטיקן פֿילאָסאָפֿישן מעטאָד. זײַן כּװנה איז געװען אַנטקעגנצושטעלן זיך דעם קריטישן צוגאַנג צו רעליגיע, װאָס האָט געהערשט אינעם מערבֿדיקן געדאַנק זינט דער אױפֿקלערונג.

בובער האָט ניט געהאַלטן, אַז דער קריטישער צוגאַנג איז פֿאַלש. אין זײַנע אױגן איז דער דאָזיקער מעטאָד געװען אײנזײַטיק און דערפֿאַר ניט פּראָדוקטיװ. די קריטישע דענקער באַהאַנדלען גאָט װי אַן אָביעקט, װי אַן „עס”, אָבער מען מוז זיך סטאַרען צו באַציִען זיך צו אים װי צו אַ „דו”, אַרײַנצוטרעטן אין אַ דירעקטן דיאַלאָג. בובער איז אַװדאי געװען געװױר, אַז אין הײַנטיקע צײַטן װערט רעליגיע צומאָל באַנוצט װי אַ פּאָליטשער אינסטרומעט, און דאָס איז פֿאַר אים געװען אַ מוסטער פֿון באַהאַנדלען גאָט װי אַן אָביעקט. ער האָט פֿאַרסך־הכּלט זײַן ציל אַזױ: „מיר זײַנען ניט בכּוח צו רײניקן דאָס װאָרט ‘גאָט’ און מיר קאָנען ניט צוריק אױפֿשטעלן זײַן שלימות, אָבער מיר קאָנען עס אױפֿהײבן פֿונעם באָדן און אָפּגעבן אים כּבֿוד“.

בובערס אומדירעקטע קריטיק פֿון דער קריטישער מעטאָדאָלאָגיע, װאָס הערשט אין מאָדערנע הומאַניסטישע װיסנשאַפֿטן, בלײַבט אַקטועל עד־היום. זײַן אױסטײַטשונג פֿון חסידות מעג זײַן ניט װיסנשאַפֿטלעך לױט געװיסע אַקאַדעמישע מאָסן, אָבער זי לאָזט אָפּהיטן די לעבעדיקײט פֿונעם חסידישן געדאַנקען־גאַנג. בובער פֿירט אַן אָפֿענעם דיאַלאָג מיט זײַנע גײַסטלעכע פֿירגײער, אַנשטאָט צו באַטראַכטן זײ װי אַ טױטן חומר.