וואָס האָט פּאַסירט מיט הרבֿ שלמה העלבראַנס?

What Happened to R. Shlomo Helbrans?

הרבֿ שלמה העלבראַנס
הרבֿ שלמה העלבראַנס

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 18, 2017, issue of July 28, 2017.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט זיך אין דער אינטערנעץ פֿאַרשפּרייט די ידיעה, אַז הרבֿ שלמה העלבראַנס, דער ראָש פֿון דער חסידישער גרופּע „לבֿ טהור‟, איז דערטרונקען געוואָרן אין אַ טײַך. לויט דער באַקאַנטער פֿרומער וועבזײַט „ישיבֿה־וועלט‟, איז דער רבי געגאַנגען זיך צו טובֿלען פֿרײַטיק, דעם 7טן יולי, לכּבֿוד שבת; דער שטאַרקער שטראָם האָט אים אַוועקגעטראָגן. לויט „האָרץ‟, איז עס געשען מיט אַ טאָג שפּעטער, מוצאי־שבת. אַזוי צי אַזוי, איז דאָס אומגליק געשען אין טשיאַפּאַס, דרום־מעקסיקע, נישט ווײַט פֿון דער גוואַטעמאַלער גרענעץ. דער רבֿ איז געווען 55 יאָר אַלט.

אַחוץ אַ פּאָר ייִדישע נײַעס־קוואַלן, וועלכע האָבן פֿאַרשפּרייט די שמועה, האָט די הויפּטשטראָמיקע פּרעסע איגנאָרירט די קלאַנגען אָדער געוואָרנט, אַז די אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם טויט פֿונעם קאָנטראָווערסאַלן חסידישן מנהיג, וועלכע האָט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ מסוכּנעם קולט־פֿירער, קומט פֿון אָרטיקע מעקסיקאַנער מקורים. נאָכן זוכן אויף שפּאַניש, האָב איך אָבער נישט געפֿונען קיין פֿאַרלאָזלעכע ידיעות וועגן דעם אומגליק, אַחוץ איין אָרטיקער אויסגאַבע.

דעם 8טן יולי, האָט די צײַטונג Diario de Chiapas איבערגעגעבן אין אַ קורצער נאָטיץ, אַז די מעקסיקאַנער פּאָליציי האָט אַנטדעקט דעם אומגעקומענעם רבֿ פֿרײַטיק נאָכמיטאָג אין אוניאָן־כוואַרעז, דערטרונקען אינעם טײַך שוכובאַל. די צײַטונג גיט צו, אַז צוליב דער אומטאָלעראַנץ פֿון דער „קסענאָפֿאָבישער גוואַטעמאַלע‟ האָט העלבראַנס, צוזאַמען מיט זײַנע חסידים, זיך געזעצלעך באַזעצט אין טשיאַפּאַס מיט דרײַ וואָכן צוריק.

דער טײַך שוכובאַל אין טשיאַפּאַס
דער טײַך שוכובאַל אין טשיאַפּאַס

מיט איבער 20 יאָר צוריק, בין איך געווען פֿאַראינטערעסירט אין „לבֿ טהור‟ און ערנסט געטראַכט זיך אָנצושליסן אין דער גרופּע. כ׳האָב זיך דעמאָלט געלערנט אין דער לאָנדאָנער רוסיש־שפּראַכיקער ישיבֿה „רוח נכון‟, וואָס האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ צווײַג פֿון „לבֿ טהור‟. נאָך עטלעכע חדשים בין איך אומצופֿרידן געוואָרן מיט די שטרענג־אויטאָריטאַרע תּקנות, אומגעוויינטלעכע חומרות און דעם אַקצענט אויף סיגופֿים — זעלבסט־פּײַניקונגען. זײַענדיק אַן אומאָפּהענגיקער מענטש, האָב איך אָבער באַשלאָסן, אַז אַ גרופּע — וועלכע־ניט־איז — מיט אַ לעבעדיקן מנהיג טויג נישט פֿאַר מיר סײַ־ווי־סײַ. פֿאַרוואָס זאָל איך פֿאָלגן הרבֿ העלבראַנס, אויב איך קען זײַן אַ בראַצלעווער חסיד אָדער סתּם אַן אומאַפֿיליִיִרטער פֿרײַער פֿויגל? פֿאַר מיר האָט פֿרײַהייט קיינמאָל נישט געמיינט סעקולאַריזם; וועלטלעכקייט און פֿרומקייט קאָנען גיין בשלום האַנט אין האַנט. כ׳האָב פֿאַרשטאַנען, אַז „לבֿ טהור‟ איז זיכער נישט אַ גוטער זיווג פֿאַר אַזאַ „חסידישן משׂכּיל‟ ווי איך. פֿונדעסטוועגן, האָב איך זיך גענוג גוט באַקענט מיט דער מינטאַליטעט פֿון דער דאָזיקער גרופּע.

כּל־זמן אַן ערנסטע מעדיצינישע מבֿינות באַשטימט נישט בלי־שום־ספֿק, אַז העלבראַנס איז טאַקע טויט, בלײַבן די נײַעס נישט פֿאַרלאָזלעך. עס קאָן זײַן, אַז דער גערודפֿטער רבֿ האָט אָפּגעשפּילט אַ גאַנצע דראַמאַטישע סצענע, כּדי די וועלט זאָל טראַכטן, אַז ער איז טויט, און לאָזן אים און זײַנע חסידים צו רו. די אַנאַרכיסטישע „זאַפּאַטיסטאַ‟־אַרמיי, וואָס קאָנטראָלירט גאַנצע ראַיאָנען אין טשיאַפּאַס, האָט געקאָנט אויף טשיקאַוועס העלפֿן דעם רבֿ צו מיסטיפֿיצירן די וועלט.

לויט „האָרץ‟, האָט זיך די ישׂראלדיקע רעגירונג־אינסטאַנצן נאָך נישט אײַגעגעבן צו זען דעם טויטן. להיפּוך, גיבן זײַנע חסידים איבער, אַז אַנשטאָט צו באַערדיקן האָט מען אים פֿאַרפֿרוירן. דאָס קלינגט אויסטערליש; אַזעלכע שטאַרק פֿרומע ייִדן, ווי „לבֿ טהור‟, וואָלטן אים גלײַך מקבֿר געווען.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.