שׂמחה סימכאָוויטש, פּאָעט אין טאָראָנטאָ, איז ניפֿטר געוואָרן

Simcha Simchovitch, Toronto Yiddish Poet, Has Died

Janusz Maciejowski

פֿון באָריס סאַנדלער

Published July 19, 2017, issue of July 28, 2017.

ס׳איז שווער מסכּים צו זײַן מיטן פֿאַקט, אַז אויף דײַנע אויגן ווערט אויסגעלאָשן אַ גאַנצער דור. זיי זײַנען דאָך געווען אונדזערע טאַטע־מאַמעס אין דירעקטן זין, ווי אויך אין זינען פֿון אונדזער ייִדישער שאַפֿערישקייט.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אין טאָראָנאָ אויסגעלאָשן געוואָרן דער שטערן פֿונעם פּאָעט שׂמחה סימכאָוויטש. ער איז אַלט געווען 96 יאָר.

ס׳איז טראַגיש, ווען דאָס לעבן פֿון אַ פּאָעט ווערט איבערגעריסן אין זײַנע יונגע יאָרן. די טראַגעדיע קלינגט אָפּ מיט אַ הויך־געפּלאַצטער סטרונע. גאָר טראַגיש פֿאַרן פּאָעט גופֿא קומט פֿאָר, ווען די זיקנה שענקט אים יאָרן, אָבער נעמט בײַ אים אָפּ זײַן פּאָעטישע לירע.

די לעצטע עטלעכע יאָר איז מיר נישט איין מאָל אויסגעקומען צו זײַן אין טאָראָנטאָ, און בײַ יעדער געלעגנהייט האָב איך געפֿרעגט די אָרטיקע ייִדישיסטן, צי מע ווייסט עפּעס וועגן שׂמחה סימכאָוויטש. צומאָל איז מיר אויסגעקומען צו הערן אַ ביטערן ענטפֿער: „ער לעבט נאָך…” דער „נאָך” האָט אַ שטאָך געטאָן מיט זײַן אומענדלעכן אומעט און הבֿל־הבֿלימדיקייט…

איך האָב זיך באַקענט מיט שׂמחהן אין 1998. כ׳האָב ערשט מיט אַ צוויי חדשים פֿריִער איבערגענומען די רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס”. ס׳איז געווען מײַן ערשטער אַרויספֿאָר אויסער ניו־יאָרק, דערצו נאָך קיין קאַנאַדע. די אָרטיקע ייִדישיסטן, אין שפּיץ מיט סימכאָוויטשן, האָבן אײַנגעאָרדנט פֿאַר מיר אַ טרעפֿונג אינעם קלוב אויף בער באָראָכאָווס נאָמען. סימכאָוויטש איז שוין דעמאָלט געווען, דאַכט זיך, דער איינציקער ייִדישער שרײַבער אין טאָראָנטאָ. כ׳קאָן נישט זאָגן, אַז כ׳בין דעמאָלט געווען באַקאַנט מיט זײַן פּאָעטישער שאַפֿונג, אָבער זײַן ראָמאַן „אַ שטיפֿקינד בײַ דער ווײַסל” האָב איך בפֿירוש געהאַט געלייענט.

אין זײַן קורצן פֿאָרוואָרט צום ראָמאַן ווײַזט דער מחבר אָן, אַז ס׳איז „אַ לעבנס־געשיכטע פֿון אַ יונגן אָטוואָצקער ייִד פֿון דער אָרעמער ייִדישער געגנט אַרום באַזאַר”. ס׳איז קלאָר געוואָרן פֿון די ערשטע זײַטלעך, אַז דער „יונגער אָטוואָצקער ייִד”, נחום פֿריידאָוויטש, איז זײַן קינסטלערישער צווילינג.

פֿון די קאַרגע פּרטים, וואָס מיר געפֿינען אינעם „לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור”, דערוויסן מיר זיך, אַז געבוירן געוואָרן איז סימכאָוויטש אין אַ פּויליש שטעטל סאָבין, און שוין גאָר אין גיכן זײַנען זײַנע טאַטע־מאַמע אַריבערגעפֿאָרן קיין אָטוואָצק. זײַן ייִחוס באַשרײַבט דער פּאָעט אַזוי: „מײַן זיידע געווען איז/ אַן ערלעכער שוסטער;/ געתּהילימט אין איינעם/ מיט ייִדן פּראָסטע./ מײַן טאַטע האָט שטיוול/ אַ לעבן גענייט; /אַן אבֿיון אַ בכּבֿודער/ מיט דלות באַקליידט…”

ווי ס׳האָט געפּאַסט פֿאַר אַ טאַטנס אַ זון, האָט שׂמחה זיך געלערנט אין חדר און אין אַ פּוילישער עלעמענטאַר־שול. אויף קעסט בײַ די עלטערן איז דער בחור נישט געזעסן — צי גרויס איז געווען דער דלות; איז ער נאָכן פֿאַרענדיקן די שול אַוועק צו אַרבעטן ווי אַ קאַמאַשנמאַכער. דער יונגער אַרבעטער ווערט גיך אַרײַנגעכאַפּט אין דער געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט: אָרגאַניזירט און פֿירט אָן מיט דער דאָרטיקער בונדישער „צוקונפֿט”־ און „סקיף”־אָרגאַניזאַציעס שוין ביזן סאַמע אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער אַנטלויפֿט פֿון זײַן היימשטאָט, אַרומגעכאַפּט מיט פֿײַער, אָבער זײַן גאַנץ לעבן טראָגט ער זיך אַרום מיט דער בענקשאַפֿט צו דער שטאָט פֿון זײַן קינדשאַפֿט און יוגנט.

אָטוואָצק, היימשטאָט מײַן,
ווי קומט, וואָס אין לויף פֿון טעג און יאָרן
שײַנסטו העלער אַלץ אין מײַן זכּרון?
(„אָטוואָצק”, פֿון בוך „צער און טרייסט”)

פֿון זײַנע 96 יאָר האָט שׂמחה סימכאָוויטש אָפּגעלעבט אין אָטוואָצק בלויז 18 יאָר; די טראַגעדיע אָבער פֿונעם אומברענג פֿון פֿופֿציק טויזנט אָטוואָצקער ייִדן, בתוכם זײַן משפּחה, האָט אים שוין נישט אָפּגעלאָזט ביזן לעצטן אָטעם. נאָך מער: ווי ס׳איז געשען כּמעט מיטן גאַנצן דור לעבן־געבליבענע ייִדישע פּען־מענטשן, האָבן די פֿונקען פֿונעם חורבן־פֿלאַם אָנגעצונדן אין זיי אַ שאַפֿערישן נר־תּמיד. די שאַפֿונגען פֿון שׂמחה סימכאָוויטשן זײַנען געוואָרן אַ טייל פֿון דעם קינסטלערישן מעמאָריאַל, אויפֿגעשטעלט פֿון די ייִדישע שרײַבערס נאָכן חורבן.

די ליבע צום ייִדישן וואָרט האָט אין אים פֿאַרפֿלאַנצט דווקא דער רעליגיע־לערער אין דער פּוילישער שול. בשתּיקה, ווײַל אין דער שול איז עס פֿאַרווערט געווען, האָט שׂמחה אָנגעהויבן צו לידלען אויף ייִדיש. האַרט פֿאַר דער מלחמה, האָט ער זיך באַטייליקט אינעם אויטאָביאָגראַפֿיע־קאָנקורס, אָרגאַניזירט דורך דעם ייִוואָ… און ווײַטער — מלחמה. הונגעריקע וועגן פֿון אַ פּליט איבער רוסלאַנד און טיף אין מיטל־אַזיע…

כ׳ליג פֿאַרחלשט אויפֿן וועג,
אויפֿן טרוקן־הייסן ליים;
אין גלי פֿון זון גייט אויף פֿאַר מיר
מײַן ווײַטע בלוטנדיקע היים.
(„אין פֿרעמדן לאַנד”)

סימכאָוויטש געהערט צו דעם מין פּאָעטן, וואָס האָבן אַליין נישט דורכגעמאַכט דעם נאַצישן שיבֿעה־מדורי־גיהנום; זיי איז באַשערט געווען צו זאָגן קדיש נאָך די אומגעבראַכטע און זינגען זמירות דעם נײַעם לעבן:

ס׳האָט אויף חורבֿות זיך צעבליט דער פֿרילינג,
ס׳וועט אויף רויִנען זיך צעוואַקסן לעבן;
ווײַל טויט און לעבן זײַנען דאָך אַ צווילינג —
מיט ברייטער האַנט אונדז געגעבן.
(„נישט קוק”)

און אַזוי, מיט אָט דעם „צווילינג” אין האַרצן, איז שוין אַוועק זײַן לעבן. אין זײַנע לידער און פּראָזע־ווערק האָט סימכאָוויטשס באַזונגען די בענקשאַפֿט פֿונעם פֿאַרברענטן נעכטן, און אין דער טאָג־טעגלעכקייט געבויט דאָס משפּחה־לעבן; צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, פֿראַניע, דערצויגן צוויי קינדער, געווען אַ לערער, געפֿירט אַן אַקטיווע געזעלשאַפֿטלעכע טעטיקייט.

נאָך אונדזער טרעפֿונג האָב איך פֿאָרגעלייגט שׂמחהן צו שרײַבן פֿאַרן „פֿאָרווערטס” וועגן די ייִדישע אַקטיוויטעטן אין זײַן שטאָט. און ס׳איז אַוועק אַ סדרה אַרטיקלען, וואָס אַ קליינעם טייל פֿון זיי קען מען הײַנט געפֿינען אויף דער וועבזײַט פֿון דער צײַטונג. פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט ער אויך צושיקן זײַנע לידער, אָפּגעדרוקט אויף זײַן אַלטמאָדישער שרײַבמאַשינקע; און שטענדיק, צום סוף, מיט זײַן האַנט צושרײַבן אַ פּאָר שורות פֿון חבֿרישע, האַרציקע וווּנטשן…

אין זײַן פּאָעטיש בוך „אין שעה פֿון תּפֿילה”, אַרויסגעגעבן אין 1958, איז דאָ דאָס ליד „דאָס בוך פֿון לעבן”:

איך לייען דאָס בוך פֿון לעבן
אין אײַלעניש, אין שטענדיקן געיעג.
ווי בלעטער אויסגעמישט אין ווינט —
פֿלאַטערן מײַנע טעג.

גיך וועט ס׳מעשׂהלע פֿון לעבן
קומען צו אַ סוף:
און בלײַבן וועט אויף בלעטעלעך פֿאַרגעלטע
אויך מײַנס אַ סטראָף.

זײַן „מעשׂהלע פֿון לעבן” איז געקומען צו אַ סוף; לאָמיר אָבער נישט פֿאַרגעסן צו בלעטערן „די פֿאַרגעלטע בלעטעלעך” פֿון שׂמחה סימכאָוויטשעס רײַכן שאַפֿערישן עזבֿון. זאָל דער אָנדענק נאָך אים ווײַטער פֿלאַטערן אין אונדזער הײַנט און מאָרגן.

יולי 14, 2017, ברוקלין, ניו־יאָרק