„מאַנישעוויץ‟ וועט שליסן פֿאַבריק אין ניואַרק, ניו־דזשערזי

Manischewitz to Close Plant in Newark, NJ

YouTube

פֿון ייִט״אַ

Published July 19, 2017, issue of July 28, 2017.

די פֿירמע „מאַנישעוויץ‟ האָט געמאָלדן, אַז זי וועט אין גיכן שליסן איר פֿאַבריק אין ניואַרק, ניו־דזשערזי. ווי אַ פּועל־יוצא וועלן 169 אַרבעטער פֿאַרלירן זייערע שטעלעס.

די ידיעה פֿון דער באַקאַנטער פֿירמע פֿון כּשרע פּראָדוקטן איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן די פֿאַרגאַנגענע וואָך. לויטן געזעץ מוז אַ פֿירמע לאָזן וויסן די אַרבעטער, צום ווייניקסטן, 60 טעג פֿאַר אַ מאַסן־באַזײַטיקונג. די פֿאַבריק וועט זיך שליסן דעם 14טן סעפּטעמבער.

„אונדזערע פּראָדוקטן וועלן פֿאַבריקירט ווערן אין אַ מער מאָדערנער אײַנריכטונג אין ניו־דזשערזי,‟ האָט אַ וואָרטזאָגער פֿון „מאַנישעוויץ‟ איבערגעגעבן דער געשעפֿט־צײַטונג, njbiz.com.

דער וואָרטזאָגער האָט צוגעגעבן, אַז די פֿירמע באַמיט זיך צו העלפֿן די אָפּגעלייגטע אַרבעטער געפֿינען נײַע שטעלעס.

די ביוראָען פֿון דער פֿירמע וועלן ווײַטער בלײַבן אין ניואַרק, וווּ זיי געפֿינען זיך שוין זינט 2006. ווען „מאַנישעוויץ‟ האָט זיך דעמאָלט אַרײַנגעצויגן האָט דער נישט־ייִדישער בירגער־מײַסטער פֿון ניואַרק, קאָרי בוקער, באַמערקט אַז דער פֿירמעס אַרײַנציִען זיך אין זײַן שטאָט „האָט מיר מאַכט פֿאַרן סאַמע שטאָלצן בירגערמײַסטער אין ניו־יאָרק. עס גיט מיר גרויס נחת.‟

די 129־יאָריקע פֿירמע באַצייכנט זיך ווי „דער גרעסטער פֿאַבריקאַנט פֿון קאָמערציעלע כּשרע פּראָדוקטן און דער גרעסטער בעקער פֿון מצות אין דער גאַנצער וועלט‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.