ווי אַ פֿראַנצייזישע שיל האָט אויסגעהאַלטן גזירות פֿון דער קאַטוילישער קירך

How a French Synagogue Defied Edicts of the Catholic Church


פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published July 21, 2017, issue of July 28, 2017.

אינעם פֿראַנצייזישן שטעטל קאַרפּענטראַ, אין פּראָוואַנס, שטייט די עלטסטע אַקטיווע שיל אין אייראָפּע — און דערצו נאָך די שענסטע אויפֿן קאָנטינענט.

די קאַרפּענטראַ־שיל, וואָס פּראַוועט הײַיאָר איר 650סטן יובֿל, איז אַ פּרעכטיק שיינער בנין געבויט אין יאָר 1367. אינעם 16טן י״ה האָבן נישט־ייִדן צוגעבויט דעם רבֿס עמוד אין אַ קריסטלעכן סטיל, אויפֿן באַלקאָן וואָס קוקט אַרויס אויף די בענק און דעם אָרון־קודש. דאָס איז זעלטן צו געפֿינען אין אַ טראַדיציאָנעלער שיל. דערפֿאַר, ווען די ייִדן ווילן שטיין פּנים־אל־פּנים מיטן רבֿ דאַרפֿן זיי זיך אויסדרייען מיט דער פּלייצע צום אָרון־קודש. כּדי צו לייענען פֿון דער תּורה דאַרף דער רבֿ טראָגן די ספֿר־תּורה אויפֿן באַלקאָן אַרויף.

דאָס סאַמע אימפּאָזאַנטסטע איז דאָס וואָס די שיל ווערט געהויזט אין אַ גרעסערן בנין וואָס האָט אַ מאָל געדינט ווי אַ מין ייִדישער קאָמונאַלער צענטער. דאָס אָרט האָט פּרעכטיקע אײַנריכטונגען; למשל, אַ מיקווה 30 פֿוס די טיף, אין וועלכער סע פֿליסן אַרײַן טורקיזע וואַסערן פֿון אַ נאַטירלעכן קוואַל; אַ צווייטע באַהייצטע באָד; אַ כּשר שעכטהויז און אַ בעקערײַ מיט גרויסע אויוונס וואָס האָבן געברענט אַ גאַנץ יאָר. מ׳האָט דאָ אויך געבאַקן מצות.

די קאַרפּענטראַ־שיל זאָגט עדות אויף דעם וואָס די פֿראַנצייזישע ייִדן האָבן טיפֿע וואָרצלען אין לאַנד אָבער פֿילן זיך נאָך אַלץ ווי מע באַהאַנדלט זיי ווי דרויסנדיקע. הײַנט לעבט מען אין אַ צײַט ווען אויף געוויסע גאַסן אין פֿראַנקרײַך האָט מען שוין — אויף אַנטי־ישׂראל־דעמאָנסטראַציעס אין עטלעכע פֿראַנצייזישע שטעט אין 2014 — געהערט ווי מע שרײַט: „ייִדן, אַרויס, פֿראַנקרײַך איז נישט אײַערס!“

לעצטנס איז דער הויפּט־רבֿ פֿון פֿראַנקרײַך, חיים קאָרסיאַ — וואָס די ייִדן אין לאַנד לויבן אים אין הימל אַרײַן — געפֿאָרן מער ווי זעקס שעה לאַנג צו פֿאַרברענגען שבת מיטן ייִדישן ייִשובֿ פֿון 125 נפֿשות אין קאַרפּענטראַ. ער איז אויך — אין איינעם מיט אַן אָרטיקן אַרציביסקופּ, אַ משפּיעדיקן אימאַם און אַנדערע רבנים פֿונעם ראַיאָן פּראָוואַנס – בײַגעווען אויף אַ צערעמאָניע אָפּצומערקן דעם 650סטן יובֿל.

אין זײַנע ווערטער האָט קאָרסיאַ ציטירט דעם געוועזענעם פּרעמיער מאַנועל וואַל: „אָן ייִדן איז פֿראַנקרײַך נישט קיין פֿראַנקרײַך“. די קאַרפּענטראַ־שיל איז אַ ראַיה דערויף.

קאַרפּענטראַ האָט אָבער אויך אַ שטיקל געשיכטע פֿון אַנטיסעמיטיזם. דאָס שטעטל איז איינס פֿון נאָר פֿיר ערטער אינעם הײַנטיקן פֿראַנקרײַך וווּ ייִדן האָבן געמעגט וווינען אַפֿילו נאָך דעם גרויסן גירוש פֿון פֿראַנצייזישע ייִדן, וואָס דער מלך פֿיליפּ דער פֿערטער האָט גוזר געווען. ייִדן האָבן דעמאָלט געמוזט לעבן פֿאַרשפּאַרט אין געפּאַקטע געטאָס ווײַל דאָס לאַנד האָט געהערט צום פּויפּס וואָס האָט אַרײַנגענומען ייִדן פֿאַר באַצאָלט. חוץ דעם האָבן ייִדן געמוזט טראָגן ספּעציעלע קליידער, אָפֿט מאָל אַ פּעלערינע.

די שילן וואָס האָבן געדינט די געטאָס האָבן קריסטן אויפֿגעבויט דערפֿאַר ווײַל ייִדן האָבן נאָר געמעגט זײַן סוחרים אָדער בעלי־הלוואָות. די ייִדן האָבן אָבער אויף אַ געניאַלן אופֿן פֿאַרוואַנדלט די שיל אין אַ קאָמונאַלן צענטער, און זייער עפֿעקטיוו אויסגעניצט דאָס באַגרענעצטע אָרט — אַ דאַנק צווישנווענט, אונטערערדישע קאָריד‎אָרן און אינעווייניקסטע הויפֿן וואָס מ׳האָט אויסגעניצט אויף פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן קהילה־לעבן.

דאָך איז אין קאַרפּענטראַ פֿאָרגעקומען איינער פֿון די ערגסטע און שאָקירנדיקסטע פֿאַלן פֿון אַנטיסעמיטיזם נאָכן חורבן, ווען נעאָנאַציס האָבן אין 1990 צעשמעטערט צענדליקער מצבֿות אינעם גאָר אַלטן בית־הקבֿרות. זינט דעמאָלט האָבן טויזנטער פֿראַנצייזישע ייִדן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד.

הײַנט איז די קאַרפּענטראַ־שיל צווישן די געציילטע אַקטיווע שילן אין פֿראַנקרײַך וואָס ווערן נישט באַשיצט פֿון דער אַרמיי. אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ פֿראַנצייזישע שילן מעגן געסט אַרײַנגיין אינעם בנין אָן קיין זיכערקייט־קאָנטראָל.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.