מאַניפֿעסטאַציע קעגן „אַגודת־ישׂראל‟ פֿאַרן „פֿאַרשווײַגן‟ באַלעסטיקונג פֿון קינדער

Rally Against Agudath Israel For "Protecting Secrets, Not Children"


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 21, 2017, issue of July 28, 2017.

ניו־יאָרק. — „זעקה”, אַן אָרגאַניזאַציע וואָס רופֿט צו בײַטן דאָס געזעץ כּדי אָפּצושטעלן די סעקסועלע באַלעסטיקונג פֿון קינדער אין די חרדישע קרײַזן, וועט דורכפֿירן אַ מאַניפֿעסטאַציע קעגן דעם פּרעזידענט פֿון „אַגודת־ישׂראל”, יעקבֿ פּערלאָוו, דעם קומעדיקן זונטיק, דעם 23סטן יולי, אין באָראָ־פּאַרק.

די דעמאָנסטראַנטן ווילן אויסדריקן זייער פּראָטעסט קעגן דעם וואָס „אַגודת ישׂראל” שטעלט זיך קעגן מע זאָל דורכפֿירן אַ געזעץ צו העלפֿן קינדער וואָס זענען סעקסועל באַעוולט געוואָרן, און אויך קעגן דעם פּסק פֿון „אַגודת ישׂראל” אַז געליטענע מוזן פֿרעגן אַ שאלה בײַ אַ רבֿ איידער זיי דערציילן דער פּאָליציי וועגן דעם סעקסועלן אַטאַק.

„צוליב די צוויי שטעלונגען ווערן פֿאַרשוויגן ממש טויזנטער פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון קינדער,” האָט דערקלערט אָשר לוי, דער דירעקטאָר פֿון „זעקה” און דער אָרגאַניזירער פֿון דער מאַניפֿעסטאַציע. „די שטעלונגען, דורכגעפֿירט און פֿאַרשפּרייט דורך יעקבֿ פּערלאָוו זענען די סיבה פֿאַר וואָס קינדער ווערן ווײַטער סעקסועל באַלעסטיקט אין די חרדישע קרײַזן, און זענען אויך די סיבה פֿאַר וואָס די חרדישע באַפֿעלקערונג בלײַבן גלײַכגילטיק און קאַלטבלוטיק צו די געליטענע פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג. צוליב די צוויי שטעלונגען פֿאַרשווײַגט מען די אַטאַקן און מע פּײַניקט ווײַטער די געליטענע, דורך דעם וואָס מע צווינגט זיי צו גיין צו אַ רבֿ אַנשטאָט צו דער פּאָליציי, ווײַל דערנאָך וואָרנט אים דער רבֿ צו שווײַגן וועגן דעם ענין ביז דאָס קינד ווערט 23 יאָר אַלט, ווען ס׳איז לויטן געזעץ שוין צו שפּעט אָנצוקלאָגן דעם אַטאַקירער אין געריכט.”

לויט דעם פֿאַרעלטער־געזעץ [statute of limitations, בלע״ז], קען דאָס געליטענע קינד אָנקלאָגן דעם באַלעסטיקער אין אַ ציווילן אָדער קרימינעלן געריכט בלויז ביז ער ווערט 23 יאָר אַלט.

„לויט אַ צאָל שטודיעס דויערט עס צווישן 10 און 30 יאָר ביז די געליטענע זאַמלען אָן דעם מוט צו דערציילן אַז מע האָט אים אָדער זי קינדווײַז סעקסועל באַעוולט,” האָט לאָווי געזאָגט. „יעקבֿ פּערלאָוו ווייסט דאָס. ער ווייסט ווי שטאַרק סעקסועלע באַלעסטיקונג שאַט די געליטענע: אַז עס קען דערפֿירן צו זעלבסטמאָרד, טראַוומע, עסן־שטערונגען, אַדיקציע, פּראָבלעמען מיט אינטימקייט, אאַז״וו. כאָטש ער ווייסט גוט דעם הויכן פּרײַז פֿון היילן די פּסיכאָלאָגישע וווּנדן פֿון דער סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון קינדער, פֿירט פּערלאָוו ווײַטער אָן מיט סטראַטעגיעס בײַ „אַגודת ישׂראל” וואָס דערלויבן נישט די געליטענע צו געפֿינען אַ תּיקון אין געריכט, אָבער נאָך מער: אַזאַ פּאָליטיק שטעלט די צוקונפֿט און דאָס לעבן פֿון אַלע אונדזערע קינדער אין אַ סכּנה דורכן דערמעגלעכן די אַטאַקירער ווײַטער דורכצופֿירן די עוולות קעגן קינדער.”

„אַגודת ישׂראל” האָט נישט איין מאָל דערקלערט איר קעגנערשאַפֿט צו אַ געזעץ וואָס וואָלט אין גאַנצן אָפּגעשאַפֿן דאָס פֿאַרעלטער געזעץ און וואָלט דערלויבט די געליטענע במשך פֿון 1 יאָר אָנצוקלאָגן זייערע באַלעסטיקער און די אינסטיטוציעס וואָס באַשיצן זיי, האָט לאָווי צוגעגעבן.

די מאַניפֿעסטאַציע וועט פֿאָרקומען דרײַ אַ זייגער נאָך מיטאָג פֿאַר דער נאָוואָמינסקער ישיבֿה, 1644 48סטע גאַס אין באָראָ־פּאַרק. נאָך מער אינפֿאָרמאַציע שרײַבט צו: Asher@ZAAKAH.org אָדער קלינגט 347-799-7836



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.