ישׂראלישע מיטלשול־תּלמידים העלפֿן אויפֿדעקן 2,700־יאָריקע וואַסער־סיסטעם

Gili Stern, Israel Antiquities Authority

פֿון דזשעסי בערנשטיין (Forward)

Published July 23, 2017, issue of July 28, 2017.

אַ גרופּע ישׂראלישע מיטלשול־תּלמידים האָבן געהאָלפֿן דער מלוכישער אַנטיקוויטעטן־אינסטאַנץ („רשות העתיקות“) אויסגראָבן אַ 2,700־יעריקע וואַסער־סיסטעם, לויט אַ באַריכט אין דער „טײַמס אָוו איזראַעל“.

די וואַסער־סיסטעם, וואָס גרייכט 20 מעטער די לענג און איבער 4 מעטער די טיף, איז מסתּמא אויפֿגעבויט געוואָרן נאָך דער אינוואַזיע אין ישׂראל פֿון דער נעאָאַשורישער אימפּעריע אין יאָר 738 פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג. די אָ אינוואַזיע האָט מיט זיך מיטגעבראַכט נישט נאָר סאָלדאַטן – זי האָט אויך דערפֿירט צום אײַנפֿירן אַן אַגריקולטורעלע אינפֿראַסטרוקטור, וואָס ווײַזט ווי שטאַרק די אַשורים האָבן געוואָלט אַנטוויקלען דאָס לאַנד וואָס זיי האָבן אײַנגענומען.

אויף די ווענט פֿון דער וואַסער־סיסטעם האָבן די סטודענטן אַנטדעקט זיבן גראַוויורן פֿון מענטשלעכע פֿיגורן, צלמים און געוויקסן.

דאָס אַרבעטן בײַ דער אויסגראָבונג האָבן די יונגע לײַט געטאָן אין שײַכות מיט דער נײַער שטודיר־פּראָגראַם בײַם דערציִונג־מיניסטעריום א״ט ארץ־ישׂראל און אַרכעאָלאָגיע. זיי האָבן אויסגעקליבן דעם קורסנוועג ווי אַ טייל פֿון דער אימאַטריקוליר־אָפּשאַצונג.

„ווי קען מען נישט נתפּעל ווערן אַז מע דערזעט דעם ריזיקן אונטערערדישן רעזערוווּאַר וואָס מ׳האָט דערפֿון אַרויסבאַקומען שטיין מיט אַזוי פֿיל יאָרן צוריק“, האָט באַמערקט גלעד איטאַך, דער דירעקטאָר פֿון דער אַנטיקוויטעטן־אינסטאַנץ. „אין קדמונישע צײַטן האָט מען געמוזט אָנזאַמלען און האַלטן אויף לאַגער דאָס רעגן־וואַסער ווײַל ווען ס׳האָט יעדעס יאָר אָנגערעגנט בסך־הכּל 500 מילימעטער האָבן די ווינטער־רעגנס גרינג אָנגעפֿילט דעם גרויסן רעזערוווּאַר“.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.