באָריס סאַנדלער וועט פֿירן שמועס אין אַרבעטער־רינג

Boris Sandler To Lead Discussion at the Workmen's Circle


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 23, 2017, issue of July 28, 2017.

באָריס סאַנדלער, דער אָנגעזעענער ייִדישער שרײַבער און געוועזענער רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס“, וועט דאָנערשטיק, דעם 3טן אויגוסט אין אָוונט, פֿירן אַ שמועס אויף ייִדיש אויף דער טעמע, „די וועגן פֿון ייִדישער שאַפֿערישקייט בײַם נאָך־מלחמהדיקן דור“.

סאַנדלער האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם אויפֿלעב פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד במשך פֿון די 1980ער יאָרן. ווי דער „פֿאָרווערטס“־רעדאַקטאָר האָט ער פֿאַרוואַנדלט די צײַטונג אין אַ מאָדערנער צײַטשריפֿט סײַ אין געדרוקטער פֿאָרעם סײַ דורך אַ טעגלעך־אַקטיווער וועבזײַט, כּדי צו באַקענען דעם דיגיטאַלישן עולם איבער דער וועלט מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

הגם דער שמועס וועט זײַן אויף ייִדיש, וועט עס אויך זײַן אַ גאָלדענע געלעגנהייט פֿאַר ייִדיש־סטודענטן וואָס זענען נאָך נישט פֿליסיק, צו הערן דאָס לשון פֿון אַ נאַטירלעכן ייִדיש־רעדער און אַ מײַסטער פֿון ייִדישן וואָרט בכלל.

דער אָוונט, וואָס קומט פֿאָר פֿון 6:30 ביז 8:00, איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל פֿאַר מיטגלידער פֿון „אַרבעטער־רינג“, און קאָסט $10 פֿאַר אַלע אַנדערע. אַ לײַכטן כּיבוד וועט סערווירט ווערן.

אַלע פֿאַראינטערעסירטע מוזן זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער דורך שרײַבן אַ בליצבריוו צו: https://circle.org/get-your-yiddish-on-rsvp/

דער אַדרעס:

The Workmen’s Circle
247 West 37th Street, 5th floor
NYC 10018



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.