אוגאַנדער ייִדן עסן איצט נאָר איין מאָלצײַט אַ טאָג

Uganda's Jews Are Down to One Meal a Day

Courtesy of Abayudaya Youth Association

פֿון בען סיילס (ייִט״אַ)

Published July 25, 2017, issue of July 28, 2017.

די צוויי טויזנט ייִדן אין אוגאַנדע, באַקאַנט ווי די אַבוּיאַדאַיאַ, וווינען שוין לאַנג אַ באַשיידן לעבן אין אַ דאָרפֿישן שטח, אָן קיין ברוקירטע וועגן, אָן שטענדיקער עלעקטריע אָדער פֿליסיק וואַסער. הײַיאָר איז דער מצבֿ נאָך ערגער געוואָרן.

צוואָנציק מיליאָן אײַנוווינערס פֿון אַפֿריקע און דעם מיטעלן מיזרח זענען אין סכּנה פֿון קראַנק ווערן אָדער שטאַרבן צוליב אַ שטאַרקן הונגער אין סאָמאַליע, ניגעריע, תּימן און דרום־סודאַן. שטאַמען שטאַמט דער הונגער פֿון בירגערקריגן, אַ נישט גוט אַנטוויקלטער אינפֿראַסטרוקטור און אַ טריקעניש. איצט איז עס שוין געוואָרן — לויט סטיווען אָברײַען, דער קאָאָרדינאַטאָר פֿון נויטהילף בײַם „יו־ען” — דער גרעסטער הומאַניטאַרישער קריזיס זינט דער „יו־ען” איז פֿאַרלייגט געוואָרן.

דער קהילה־רבֿ, גרשום סיזאָמו, האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ אַז די מענטשן זענען קראַנק און שוואַך, און עטלעכע זענען שוין געשטאָרבן צוליב קאָמפּליקאַציעס פֿון נישט גענוג עסן. די אַבוּיאַדאַיאַ, וואָס לעבן פֿון די אייגענע קולטור־געוויקסן, זענען שווער געטראָפֿן געוואָרן פֿון דער טריקעניש, און ס׳רובֿ משפּחות קומען אויס מיט נאָר איין מאָלצײַט אַ טאָג. נישטאָ וווּהין צו אַנטלויפֿן — אין די שטעט פֿעלט אויך עסן.

די אַבוּיאַדאַיאַ, וואָס האָט זיך מיט 15 יאָר צוריק מגייר געווען אונטער אַ קאָנסערוואַטיווער השגחה, איז אין קאָנטאַקט מיט ייִדישע גרופּעס אין אַמעריקע און ישׂראל, אָבער נאָר איין אַמעריקאַנער שיל האָט געשאַפֿן אַן אַקציע צו העלפֿן די אַבוּיאַדאַיאַ וואָס לײַדן פֿון הונגער. יענע שיל, קהילת בית־אל, געפֿינט זיך אין פּיטסבורג, און האָט בײַ די שיל־מיטגלידער, ווי אויך די פֿון אַ דערבײַיִקן רעפֿאָרם־טעמפּל, שוין געשאַפֿן $6,500 — אַ היפּשע סומע אין דאָרפֿישער אוגאַנדע, וווּ אַ משפּחה קען אויסקומען אַפֿילו מיט $5 אַ טאָג.

אַן אַנדער הילפֿאַקציע, די „ייִדישע קאָאַליציע פֿאַר הילף אין מיזרח־אַפֿריקע“, אָרגאַניזירט פֿונעם „דזשוינט“, האָט דערווײַל געשאַפֿן קנאַפּע 10,000 דאָלאַר. די קאָאַליציע האָט פֿאַר איר ברייטערן ציל דאָס העלפֿן נישט נאָר די אַבוּיאַדאַיאַ, נאָר בכלל אײַנוווינער אין מיזרח־אַפֿריקע.

דאָס שאַפֿן געלט איז נישט לײַכט ווײַל אַ הונגער מאַכט זיך פּאַוואָליע, מיט דער צײַט, און ס׳האָט דערווײַל נישט צוגעצויגן קיין אינטערנאַציאָנאַלן אויפֿמערק. למשל, נאָכן ערד־ציטערניש אין האַיִטי אין 2010, אַ קריזיס מיט אַ הויכן פּראָפֿיל, האָט אַן ענלעכע קאָאַליציע במשך פֿון בלויז עטלעכע חדשים געשאַפֿן $600,000.

אַ צווייטער בײַשפּיל: נאָכן ערד־ציטערניש אין נעפּאַל אין 2015 האָט דאָס אַמעריקאַנער ייִדישע וועלטדינסט (American Jewish World Service) געשאַפֿן אַזש 2.5 מיליאָן דאָלאַר. זינט יוני האָט דאָס AJWS אָבער בלויז געשאַפֿן $200,000 פֿאַר הילף אין מיזרח־אַפֿריקע.

הרבֿ סיזאָמו האָט איבערגעגעבן, אַז די אַבוּיאַדאַיאַ האָבן אויסגעטיילט אַ חלק פֿון די פֿאָנדן פֿון די פּיטסבורגער שילן מיט זייערע שכנותדיקע נישט־ייִדישע ייִשובֿים. אויב דער קומעדיקער שניט וועט פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ האָפֿט ער צו העלפֿן דער קהילה שאַפֿן וואַסער־לאַגערן און איריגיר־סיסטעמען כּדי די פֿאַרמערס זאָלן דאָס קומעדיקע מאָל בעסער אויסהאַלטן אַ טריקעניש. ער גיט אָבער צו אַז דאָס אויפֿבויען אַזאַ אינפֿראַסטרוקטור וועט קאָסטן טײַער, איז דערווײַל הונגערט מען ווײַטער.