ווידעאָ: אַ דרשה וועגן מצבֿ פֿון ייִדיש, פֿון אַ טאַלאַנטירטן לינגוויסט

VIDEO: Soliloquy on Yiddish Today By a Gifted Young Linguist

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published July 26, 2017, issue of July 28, 2017.

די וואָך איז אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן אויף „יוטוב” אַן אויסערגעוויינטלעכע רעדע פֿונעם יונגן ייִדישיסט און לינגוויסט, יעקבֿ פּרץ בלום, וווּ ער גיט זיך אָפּ אַ דין־וחשבון וועגן דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, און דערקלערט וואָס מע דאַרף טאָן צו פֿאַרזיכערן איר צוקונפֿט.

אין דער רעדע, וואָס ער האָט געהאַלטן נאָוועמבער 2014 אין ייִוואָ, לכּבֿוד דעם 50סטן יובֿל פֿון יוגנטרוף, באַדויערט ער די „שפּראַכיקע ירידת־הדורות“ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, דערקלערנדיק: „די ערשטע מיצווה בײַ אונדז איז טאַקע צו רעדן ייִדיש אָבער מאַקס ווײַנרײַך האָט געזאָגט נאָך מער: ׳רעד גוט ייִדיש.׳“

הגם בלום איז נישט קיין געבוירענער ייִדיש־רעדער — ער האָט צו 20 יאָר זיך אָנגעהויבן לערנען די שפּראַך כּדי צו מאַכן אַ גוטן אײַנדרוק אויף זײַן מיידל — איז זײַן לשון אַזוי זאַפֿטיק, אַזוי אָנגעפּיקעוועט מיט למדנות און עכטע ייִדישע וועלטסווערטלעך, אַז ער קלינגט ממש ווי אַ געבוירענער אין פֿאַר־מלחמהדיקער ווילנע, דער אַמאָליקער צענטער פֿון ייִדישיזם און ייִדישער פֿאָרשאַרבעט.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.