פּרשת דבֿרים, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Dvorim, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 27, 2017, issue of July 28, 2017.

אויפֿן ערשטן בליק שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז משה רבינו האָט איבערגעחזרט די תּורה מיט זײַנע אייגענע ווערטער. הגם אינעם חומש „דבֿרים‟ ווערן דערקלערט צום ערשטן מאָל אַ גאַנצע ריי נײַע מיצוות, זעען אויס אַ סך פֿראַגמענטן פֿונעם דאָזיקן תּורה־טייל ווי אַ פּערזענלעכע איבערחזרונג פֿון די צען געבאָטן און  אַנדערע ענינים.

דער רמב״ם לייקנט אָפּ דעם פּערזענלעכן אָפּטײַטש און באַטאָנט, אַז משה רבינו האָט דערזען דעם געטלעכן טעקסט און פֿאַרשריבן עס גענוי אות נאָך אות. אַדרבה, צו טראַכטן אַנדערש און אַפֿילו צו מיינען, אַז „דבֿרים‟ שיידט זיך אונטער פֿון די פֿאָריקע פֿיר חלקים פֿונעם חומש, איז אַפּיקורסות, לויט דעם רמב״מס שיטה. משה האָט דערזען דעם גאַנצן תּורה־טעקסט אין זײַן נבֿיאיִשער וויזיע  אָנגעשריבן מיטן שוואַרצן פֿײַער אויפֿן ווײַסן פֿײַער, און האָט בלויז קאָפּירט, וואָס דער רבונו־של־עולם האָט אים געוויזן. די גמרא זאָגט טאַקע, אַז משה רבינו האָט גאָרנישט פֿאַרשריבן פֿון זיך אַליין. די חז״ל וואָרענען, אַז פֿאַרן נישט גלייבן אינעם געטלעכן מקור פֿונעם גאַנצן תּורה־טעקסט קאָן מען, חלילה, פֿאַרלירן דעם חלק אין עולם־הבא.

אַזאַ צוגאַנג צו דער תּורה איז פֿאַרשפּרייט אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט. אויב מע טראַכט זיך גוט אַרײַן אינעם טעקסט, איז אָבער שווער צו פֿאַרקוקן דעם פּערזענלעכן עלעמענט; משה בענטשט און טאַדלט די ייִדן מיט זײַנע אייגענע ווערטער. אין אַ צאָל מאמרי־חז״ל זענען אונדזערע חכמים מסכּים, אַז משה רבינו האָט, מעגלעך, אָנגעשריבן געוויסע פּסוקים מיט זײַנע אייגענע ווערטער. דער באַשעפֿער האָט אָבער גוטגעהייסן דעם טעקסט, דערפֿאַר ווערן אַלע פּרטים אין דער תּורה פֿאַררעכנט ווי דבֿרי־השם. לויט אַזאַ שיטה, האָט דער רמב״ם געמיינט, אַז מע טאָר נישט גלייבן, אַז משה האָט אַרײַנגעשריבן עפּעס סתּם אַזוי, אָן אַ הסכּמה מן־שמים. להיפּוך צום רמב״ם, שטייט אינעם „זוהר‟, דעם יסודותדיקן קבלה־ספֿר, בפֿירוש געשריבן, אַז דער לעצטער טייל פֿונעם חומש שיידט זיך יאָ ממשותדיק אונטער פֿון די פֿאָריקע פֿיר חלקים און האָט יאָ אַ פּערזענלעכן טעם.

עס זענען פֿאַראַן אַנדערע, מער ראַציאָנעלע דעות וועגן דער דאָזיקער פֿראַגע, הגם זיי קומען, לכאורה, אין סתּירה מיטן רמב״ם. צום בײַשפּיל, הרבֿ מנחם־מענדל האָט כּשר אויסגעדריקט אין זײַן באַקאַנטן חומש־פּירוש „תּורה שלמה‟ אַ השערה, אַז משה רבינו האָט אויסגענוצט אַלטע מגילות, וואָס שטאַמען פֿון די פֿריִערדיקע נבֿיאים. ווי באַלד משה רבינו האָט זיך פֿאַרלאָזט אויף עכטע נבֿואות און איז אַליין געווען דער גרעסטער נבֿיא, האָט ער געדינט בלויז ווי דער געטלעכער רעדאַקטאָר פֿונעם טעקסט. עס באַקומט זיך, אַז מע מעג זיך באַשעפֿטיקן, אין פּרינציפּ, מיט קריטישע פֿאָרשונגען פֿון דער תּורה און זוכן דערין די שפּורן פֿון פֿאַרשיידענע אַנדערע טעקסטן און פּערזענלעכקייטן. דער רעזולטאַט פֿון משה רבינוס רעדאַקציע בלײַבט אָבער, בסך־הכּל, אַן אַמתע אַנטפּלעקונג פֿון הימל.

משה רבינו איז תּמיד געווען אין אַ נבֿיאיִשן נשמה־צושטאַנד. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע נבֿיאים, האָט ער געזען דאָס געטלעכע ליכט דורך דער „אַספּקלריא המאירה‟, אַ דורכזיכטיקן פֿענצטער. די ערטער אויפֿן וועג איבערן מידבר, וואָס ווערן דערמאָנט אין דער הײַנטיקער סדרה, זענען מרמז בנבֿואה אויף פֿאַרשיידענע נסיונות, מיט וועלכע די ייִדן האָבן זיך געטראָפֿן בעת זייערע וואַנדערונגען. למשל, דאָס אָרט „די זהבֿ‟ איז מרמז אויפֿן חטא פֿונעם גאָלדענעם קאַלב. על־פּי מדרש, האָט משה רבינו צעשטערט דעם עגל־הזהבֿ און פֿאַרוואַנדלט עס אין ביטער וואַסער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.