„מנשה‟: אַ קונסטפֿילם ממש פֿון באָראָ־פּאַרק

Menashe: An Art Film Straight Out of Borough Park

Federica Valabrega/ Mongrel Media

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published July 28, 2017, issue of July 28, 2017.
דער רעזשיסאָר דזשאָשואַ ווײַנטשיין
Federica Valabrega/ Mongrel Media
דער רעזשיסאָר דזשאָשואַ ווײַנטשיין

בײַ די צוקוקער פֿונעם נײַעם ייִדיש־שפּראַכיקן פֿילם „מנשה”, וואָס קענען גוט די חסידישע געגנטן פֿון ברוקלין, וועט דער ערשטער אײַנדרוק אפֿשר נישט זײַן אַז דאָס איז אַן אויסערגעוויינטלעכער פֿילם (כאָטש ער איז אַ מײַסטערווערק), נאָר סתּם אַ מין באַוווּנדערונג. ווי אַזוי האָט מען געמאַכט אַזאַ פּראָפֿעסיאָנעלן פֿילם מיט שטאַרק פֿרומע אַקטיאָרן?

כאָטש מע האָט שוין פּראָדוצירט צענדליקער פֿילמען וועגן חסידים, צווישן זיי — אַ ריי קינע­מאַטישע קאַטאַסטראָפֿעס (למשל: Holy Rollers) און עטלעכע געלונגענע קונסטפֿילמען (איבער­הויפּט: „פֿעליקס און מיירע”), איז „מנשה” דער ערשטער געמאַכט פֿון אַ דרויסנדיקן פּראָ­פֿעסיאָנעלן רעזשיסאָר אין אַ פֿרומער געגנט מיט חסידישע אַקטיאָרן.

דער אומדערוואַרטער פֿילם האָט געהאַט זײַן פּרעמיערע אינעם בכּבֿודיקן פֿילם־פֿעסטיוואַל „סאָנדענס” און ווערט פֿאַרשפּרייט דורך דער פּרעסטיזשפֿולער פֿירמע A24 (צווישן אירע אַנדערע פֿילמען: דער הײַיאָריקער „אָסקאַר”־גע­ווי­נער פֿאַרן בעסטן פֿילם — Moonlight). כּדי צו פֿאַרשטיין דעם בראשית פֿון פֿילם, דאַרף מען אָנהייבן מיט זײַן רעזשיסאָר, דזשאָשואַ ווײַנ­שטיין.

אַ וועלטלעכער ניו־יאָרקער ייִד אין די דרײַסיקער, איז ווײַנשטיין געפֿאָרן איבער דער וועלט, כּדי צו מאַכן דאָקומענטאַר־פֿילמען, וואָס גיבן איבער דעם עמאָציאָנעלן אַספּעקט פֿונעם לעבן־שטייגער אין פֿאַרשידענע מקומות. אין אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס” האָט ווײַנשטיין דערקלערט, אַז ער האָט באַשלאָסן צו מאַכן זײַן ערשטן נאַראַטיוון פֿילם אין באָראָ־פּאַרק, ווײַל „מע האָט געמיינט ס׳איז אוממעגלעך; קיינער האָט עס פֿריִער ניט געטאָן.”

„ווי אַ ניו־יאָרקער תּושבֿ איז די חסידישע וועלט מיר געווען אינטערעסאַנט,” האָט ער ווײַ­טער דערקלערט. „די חסידים זענען אַן עיקרדיקער טייל פֿון דער שטאָט אָבער מע ווייסט ניט קיין סך וועגן זיי און דאָס וואָס מע מיינט אַז מע ווייסט איז אָפֿט מאָל נישט אַקוראַט.”

ווײַנשטיין האָט אָנגעהויבן פֿאָרן אין באָראָ־פּאַרק און רעדן מיט מענטשן אין די אָרטיקע געשעפֿטן. כאָטש אַ סך זענען געווען פֿרײַנדלעך געשטימט צו אים, האָט ער באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז כּדי צו מאַכן אַ פֿילם, וועט ער דאַרפֿן געפֿינען אַ מענטש פֿון דער פֿרומער וועלט, וואָס זאָל אים באַקענען מיט מעגלעכע אַקטיאָרן. האָט ער זיך געוואָנדן צו דניאל פֿינקעלמאַן, דער דירעקטאָר פֿון דער פֿרומער פֿילם־פֿירמע Sparks Next, וואָס פּראָדוצירט פּאָפּולערע מוזיק־ווידעאָס מיט אַזעלכע שטערן ווי ליפּא שמעלצער, מרדכי בן־דוד, אַבֿרהם פֿריד, די „שארית־הפּליטה קאַפּעליע‟ און דער בדחן יואלי לעבאָוויטש.

פֿינקעלמאַן האָט אים געעצהט צוזאַ­מענאַר­בעטן מיטן פּאָפּ־שטערן ליפּא שמעלצער. ווען ווײַנשטיין איז געקומען אויף דער פֿילמיר־סעסיע פֿון ליפּאס אַ מוזיק־ווידעאָ, איז אויך געווען דערבײַ ליפּאס שוואָגער מנשה לוסטיג. ס׳איז, אַ פּנים, געווען באַשערט אַזוי.

ווײַנשטיין האָט געזען מנשהס קאָמעדיע־סקיצן און זיך דערוווּסט וועגן זײַן לעבנס־געשיכטע. אַ יונגער אַלמן, האָט מען שטאַרק געדריקט אויף אים ווידער חתונה צו האָבן כּדי זײַן זון זאָל דערצויגן ווערן דורך אַ מאַמען און אַ טאַטן, אָבער מנשה האָט זיך אָפּגעזאָגט, האַלטנדיק אַז ער קען אַליין אויפֿהאָדעווען זײַן קינד. דער דאָזיקער סצענאַר איז געוואָרן דער יסוד פֿונעם פֿילם, כאָטש מע האָט געענדערט אַ סך פֿאַקטן פֿון מנשה לוסטיגס אמתער געשיכטע.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.