„מנשה‟: אַ קונסטפֿילם ממש פֿון באָראָ־פּאַרק

Menashe: An Art Film Straight Out of Borough Park

Federica Valabrega/ Mongrel Media

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published July 28, 2017, issue of July 28, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

אויף דער פֿראַגע, ווי עס איז געווען צו רעזשיסירן אַן אַקטיאָר, וועמענס לעבן איז געווען אַזוי ענלעך צום לעבן פֿונעם העלד וואָס ער שפּילט, האָט ווײַנשטיין געענטפֿערט: „ס׳איז געווען אויסערגעוויינטלעך, ווײַל ער האָט געהאַט אַ געוואַלדיקן קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע, וואָס ער האָט דערפֿון געקענט שעפּן. ס׳איז מיר שטאַרק געפֿעלן, וואָס ער קען זיך אַרײַנטראַכטן אין פּרטים פֿון זײַן אייגן לעבן. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט עס אויך געשאַט ווײַל דער פֿילם האָט געדאַרפֿט שילדערן דעם העלד ׳מנשה׳ און ניט דעם אַקטיאָר, מנשה לוסטיג.”

אין איין קריטישער סצענע, למשל, האָט דער טאַטע געדאַרפֿט שלאָגן זײַן זון, דעם יונגן אַקטיאָר ראובֿן ניבאָרסקי.

„אינעם עכטן לעבן וואָלט מנשה לוסטיג ניט געקענט טאָן אַזאַ זאַך,‟ האָט ווײַנשטיין דערקלערט. „ער האָט עס אויך ניט געקענט טאָן בײַם פֿילמירן, ווײַל ס׳האָט זיך אים געדאַכט ווי ער גיט אַ זעץ זײַן אייגן קינד. מיר האָבן פֿילמירט די סצענע אָבער ער האָט בלויז געשריגן אויף אים. האָבן מיר פֿילמירט די סצענע נאָך אַ מאָל און ער האָט זיך געמאַכט, ווי ער שלאָגט אים. מער ווי דאָס האָט ער נישט געקענט. מנשה איז געווען הונדערט־פּראָצענט איבערגעגעבן זײַן ראָלע, מיט לײַב און לעבן. דאָס איז שוין אָבער געווען צו פֿיל.”

Federica Valabrega/ Mongrel Media

נאָך דעם וואָס ווײַנשטיין האָט געפֿונען זײַן „שטערן” און באַשלאָסן צו ניצן זײַן לעבן ווי דער סיפּור־המעשׂה פֿונעם פֿילם, האָט ער גענומען זוכן אַ ייִדיש־רעדנדיק ייִנגל, וואָס זאָל קענען שפּילן מנשהס זון. ער האָט געזוכט אין באָראָ־פּאַרק אָבער אָן דערפֿאָלג.

„האָבן מיר אָנגעהויבן זוכן מחוץ דער חסי­דישער וועלט און געפֿונען ראובֿן,” האָט ווײַנ­שטיין געזאָגט. „ער איז אַ זיס קינד, אַ גוטמוטיקס מיט גרויסע אויגן. שטיל, אַ ביסל שעמעוודיק. מנשה, פֿון דער אַנדערער זײַט, איז טרויעריק, כּמעט צעבראָכן און דאָך — אַן עקסטראָווערט. זענען זיי טאַקע געווען אַ פּערפֿעקטע פּאָר. איך האָב גלײַך דערזען, אַז זיי שפּילן גוט צוזאַמען און איך האָב געוווּסט, אַז דער פֿילם וועט מיר געלינגען.‟

אַזוי ווי כּמעט אַלע אַקטיאָרן אינעם פֿילם, האָט ראובֿן ניבאָרסקי קיינמאָל פֿריִער ניט געשפּילט אין קיין אַמאַטאָרישער פּיעסע, שוין אָפּגערעדט פֿון אַ פּראָפֿעסיאָנעלן פֿילם. פֿון בלויז די ערשטע מאָמענטן פֿון זײַן אויפֿטריט, אָבער, דערקענט מען, אַז ער פֿאַרמאָגט אַ געבוירענעם טאַלאַנט דערצו.

אויף דער פֿראַגע ווי האָט ער זיך צוגעגרייט צו זײַן ראָלע האָט ראובֿן געענטפֿערט: „איך האָב זיך באמת ניט צוגעגרייט. זיי האָבן מיר געזאָגט וואָס צו טאָן — און איך האָב עס געטאָן.‟ איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס מנשהס און ראובֿנס שפּילן צוזאַמען זעט אויס אַזוי נאַ­טירלעך, איז ווײַל זיי האָבן אָפֿט מאָל אַליין אויס­גע­טראַכט זייער דיאַלאָג און אַפֿילו וואָס זיי וועלן טאָן אין אַ געוויסער סצענע.

„זיי זענען ביידע געוואַלדיקע אימפּראָווי­זאַטאָרן,‟ האָט ווײַנטשיין געזאָגט. „אַ סך אַנדערע אַקטיאָרן, אַרײַנגערעכנט פּראָפֿעסיאָנעלע, האָבן ניט אַזאַ פֿעיִקייט. פֿאַר ס׳רובֿ אַקטיאָרן אין דעם פֿילם האָט מען טאַקע געדאַרפֿט אָנשרײַבן גענויע רעפּליקן.‟

דאָס שאַפֿן דעם דיאַלאָג איז פֿאַר ווײַנשטיין און זײַנע מיטשרײַבער אַלעקס ליפּשולץ און מוסאַ סײַעד, אָבער ניט גרינג געגאַנגען, ווײַל מע האָט געדאַרפֿט ניט בלויז אָנשרײַבן די רעפּליקן, נאָר זיי איבערזעצן אויף ייִדיש, אַ שפּראַך וואָס זיי קענען בכלל ניט.

„איך האָב געוווּסט פֿונעם סאַמע ערשטן טאָג אָן, אַז מע מוז מאַכן דעם פֿילם אויף ייִדיש,‟ האָט ווײַנשטיין געזאָגט. „צום טייל איז דאָס געווען אַ רעאַקציע אויף די אַלע פֿילמען וועגן חסידים, וואָס זענען זייער אומאויטענטיש וואָס שײך דער שפּראַך און די בגדים.‟