„מנשה‟: אַ קונסטפֿילם ממש פֿון באָראָ־פּאַרק

Menashe: An Art Film Straight Out of Borough Park

Federica Valabrega/ Mongrel Media

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published July 28, 2017, issue of July 28, 2017.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

כּדי איבערצוזעצן דעם פֿילם, האָט מען ניט סתּם געקענט אָנשטעלן אַן איבערזעצער, נאָר געדאַרפֿט געפֿינען מענטשן, וואָס קענען אַלע פּיטשעווקעס פֿונעם היימישן ברוקלינער ייִדיש. פֿאַר דעם האָט ווײַנשטיין זיך געוואָנדן צו אַרי מאַנדעל, אַ געוועזענער חסיד וואָס האָט אַ סך פּראַקטיק ווי אַן איבערזעצער פֿאַר פֿרומע ייִדן.

„דער פּראָצעס פֿון איבערזעצן דעם דיאַלאָג איז געווען ממש ווי פּילפּול,‟ האָט ווײַנשטיין געזאָגט. „ס׳איז אומגלייבלעך וויפֿל שעהען זע­נען פֿאַרבײַ וואָס מע האָט זיך געאַמפּערט איבער אַ וואָרט צוויי. כ׳האָב דערפֿון ממש באַקומען עטלעכע גראָע הערעלעך…”

כאָטש דער פֿילם האָט געשטרעבט נאָך רעאַליזם, האָט ער טאַקע צוליב דעם שפּראַך־ענין נישט געטראָפֿן אין פּינטל. אַלע היימישע אַקטיאָרן קלינגען אויטענטיש, נאָר די וואָס קענען גוט די שפּראַך וועלן גלײַך דערקענען, אַז ניט אַלע אַקטיאָרן רעדן דעם זעלבן דיאַלעקט. איין אַקטריסע רעדט אַ פּרעכטיקן בעסעראַבער ייִדיש (וואָס מע הערט אַוודאי ניט אין באָראָ־פּאַרק) און ראובֿן ניבאָרסקי, אַ זון פֿון ישׂראלדיקע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן, רעדט אין זײַן געבוירענער כּלל־שפּראַך. כאָטש מע האָט בײַ אים געשניטן די האָר און צוגעקלעפּט פּאות, וועלן אַלע ייִדיש־קענער דערקענען, אַז ער שטאַמט ניט פֿון די פֿרומע קרײַזן.

„עס זענען געווען עטלעכע דיאַלעקטן,” האָט ראובֿן געזאָגט. „מענטשן האָבן געזאָגט ׳גיט׳ אַנשטאָט ׳גוט.׳ איך האָב ניט פּרובירט צו קלינ­גען ווי זיי אָבער אַמאָל האָב איך אָן טראַכטן אָנגע­הויבן צו רעדן אַזוי אויך.‟

נאָכן געפֿינען ראובֿן ניבאָרסקי, איז די גרעסטע שוועריקייט פֿאַר ווײַנשטיינען געווען צו געפֿינען סטאַטיסטן, זײַטיקע אַקטיאָרן. ער האָט געזוכט אומעטום, איבערגעלאָזט זײַן וויזיט־קאַרטל אין פֿאַרשידענע געשעפֿטן, אויפֿגעהאָנגען פֿלי־בלעטלעך בעטנדיק די אַקטיאָרן, זיי זאָלן מיטברענגען זייערע פֿרײַנד. אָפֿט מאָל זענען די סטאַטיסטן געקומען אויף איין טאָג און קיינמאָל ניט צוריקגעקומען.

„בײַ מיר איז דער פֿילם געווען ווי אַ גע­שפּענסט,‟ האָט ווײַנשטיין געזאָגט. „ווען אַנדע­רע אַקטיאָרן וואָלטן זיך באַוויזן אין אַ געוויסן טאָג, וואָלט עס מסתּמא פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן אַנדער מין פֿילם.‟

דאָס וואָס מנשה לוסטיג און דניאל פֿינקעל­שטיין האָבן אָנטייל גענומען אין דער פּראָדוקציע, האָט אָבער געהאָלפֿן צו באַרויִקן די אַקטיאָרן. מע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז פֿינקעלשטיין און לוסטיג וואָלטן זיך ניט באַטייליקט, ווען דער פֿילם וואָלט ניט געווען „כּשר”.

געוויסע חסידישע אַקטיאָרן וואָס האָבן זיך ניט געזאָרגט וועגן דעם אינהאַלט פֿונעם פֿילם גופֿא, האָבן אָבער יאָ געדאגהט, וואָס זייערע שכנים וועלן זאָגן, טאָמער זיי דערוויסן זיך, אַז זיי האָבן געשפּילט אין אַ פֿילם.

„מיר האָבן זיך געהיט דערפֿאַר,‟ האָט ווײַנ­שטיין געזאָגט. „מיר האָבן, למשל, ניט פֿאַרעפֿנט­לעכט די נעמען פֿון די אַקטיאָרן ביז דער פֿילם איז אַרויס. איך האָף אַז די חסידים וואָס קוקן דעם פֿילם וועלן אײַנזען, אַז מיר האָבן געשאַפֿן אַ באַלאַנסירטע שילדערונג פֿון זייער ציבור. דער ציל איז ניט געווען צו דעמאָניזירן, נאָר צו פֿאַרמענטשלעכן. ניט אַלצדינג קען אויסזען שיין. דאָס וואָלט געווען אַ באָבע־מעשׂה. פֿון דער אַנדערער זײַט, אָבער, טאָר מען ניט איגנאָרירן דעם געוואַלדיקן חסד אין די פֿרומע קרײַזן, דעם אופֿן ווי אַזוי זיי שטיצן אונטער איינער דעם צווייטן. דאָס איז אַ זאַך וואָס מע מעג יאָ לויבן.‟

ווײַנשטיין האָט שוין גערעדט מיט עטלעכע חסידים וואָס האָבן געזען דעם פֿילם און זייער אָפּרוף איז געווען אַ פּאָזיטיווער. „זיי זענען געווען אַנטציקט,” האָט ער געזאָגט. „ס׳איז זיי, אַ פּנים, געווען זייער אינטערעסאַנט צו זען, ווי מע שפּיגלט אָפּ זייער לעבן אויפֿן זילבערנעם עקראַן.‟