מיר שטערן דעם סענאַט לטובֿת געזונט־פֿאַרזיכערונג

Disrupting the Senate For the Sake of Health Insurance

שלום בערגער (אין מיטן) בעת די דאָקטוירים און גײַסטיקע פֿירער גרייטן זיך אַרײַנצוגיין אין קאַפּיטאָל־בנין
Facebook
שלום בערגער (אין מיטן) בעת די דאָקטוירים און גײַסטיקע פֿירער גרייטן זיך אַרײַנצוגיין אין קאַפּיטאָל־בנין

פֿון שלום בערגער

Published July 30, 2017, issue of July 28, 2017.

געשטאַנען בין איך מיט צעשפּרייטע פֿיס, דאָס פּנים קעגן דער װאַנט, אין פּאָליצײ־גאַראַזש אין אונדזער קרױנשטאָט, וואַשינגטאָן. ערשט דעמאָלט איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז יענער מענטש װאָס האָט אױסגעטראַכט די פּלאַסטישע האַנטקײטלען איז ממש אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ שמאַלצגרוב.

לאָמיר אָבער אָנהײבן פֿון אָנהײב. װי בין איך אַהינגעקומען אין יענעם גאַראַזש, די האַנטגעלענקען צונױפֿגעדריקט הינטערן רוקן? און פֿאַר װאָס איז מיר דעמאָלט געװען גוט װי די װעלט?

איך בין דאָך אַ דאָקטער שוין כּמעט 10 יאָר. במשך פֿון מײַן טרענירונג בין איך נישט געװען אַזױ פֿאַראינטערעסירט אין פּאָליטיק, און על אַחת־כּמה־וכּמה נאָך 2009 װײַל כ׳בין געװען צופֿרידן מיטן „אָבאַמאַקײר“ װאָס דער קאָנגרעס האָט אָנגענומען. 

אין די יאָרן נאָך דעם האָב איך געהאַט דעם אײַנדרוק אַז עס זענען צו מיר צוגעקומען אַ סך מער פּאַציענטן אַ דאַנק דעם וואָס זיי האָבן איצט געהאַט געזונט־פֿאַרזיכערונג. אײַ, די לעגיסלאַציע איז נישט געװען פּערפֿעקט, מילא! בעסער האָט קײן שיִער נישט. ביז לעצטנס האָב איך אַפֿילו געקוקט פֿון אױבן אַראָפּ אױף יענע אַקטיוויסטן, װאָס פּרעדיקן כּסדר זײערע „משוגענע‟ פּלענער אײַנצופֿירן אוניװערסאַלע פֿאַרזיכערונג פֿאַר אַלע אַמעריקאַנער. מה רעש? 

און דערנאָך איז געקומען אַ טראָמפּ אױף דער װעלט. בשעת דעם װאַלסעזאָן האָב איך טעאָרעטיש זיך פֿאָרגעשטעלט אַז ער קען געװינען. כאָטש קײן נבֿיא בין איך נישט, און כ׳האָב זיכער נישט פֿאָרױסגעזען װאָס ס׳װעט געשען, האָב איך טאַקע געציטערט אַז אַ פּרעזידענט טראָמפּ זאָל נישט חלילה אָפּמעקן דעם פּראָגרעס פֿון די לעצטע פּאָר יאָר, ווען אַ סך מער מענטשן האָבן באַקומען צוטריט צו געזונט־פֿאַרזיכערונג; ווען די געזונט־צאָלונגען האָבן מער נישט אַזױ גיך געשטיגן; און די אַלגעמיינג געזונט־פֿאַרבעסערונג פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג.

אין נאָװעמבער בין איך אױפֿגעציטערט געװאָרן, און נאָך דער אײַנשװערונג האָב איך זיך װי אױפֿגעכאַפּט פֿון אַ טיפֿן שלאָף. מיט װאַקסנדיקער זאָרג האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז די פּריאָריטעטן פֿון טראָמפּ און זײַנע קאָנגרעס־מיטהעלפֿערס זײַנען אַנדערש פֿון מײַנע, פֿון דער דאָקטערשע און די קראַנקנשװעסטער מיט וועמען איך אַרבעט און פֿון מײַנע פּאַציענטן. זײ גלײבן פּרינציפּיעל, אַז די קראַנקע טאָר די רעגירונג נישט אַרױסהעלפֿן און אַז דאָס קרענקען איז אַ מאָראַלישער פֿעלער. מוז מען זײ „לאָזן פֿרײַ“ אַלײן זיך צו הײלן. 

כ׳האָב פֿאַרלייגט אַ גרופּע אױף סאָציאַלער מעדיאַ, „דאָקטױרים קעגן טראָמפּ‟, װאָס מיר האָבן שפּעטער אױך געמאַכט פֿאַר אַ פּאָליטישן קאָמיטעט. דער ציל איז צו שאַפֿן געלט צו שטיצן קאַנדידאַטן װאָס האַלטן פֿון אַ פּראָגרעסיװן געזונט־פּאָליטיק. כ׳האָב אָנגעהױבן אָנקלינגען צו מײַנע קאָנרעגסלײַט און סענאַטאָרן, װי אױך באַניצן זיך מיט פֿאַרשײדענע אינטערנעט־מכשירים, װאָס פֿאַרבינדן מענטשן אין די דעמאָקראַטישע שטאַטן, מיט פּאָטענציעלע אָנקלינגערס אין די רעפּובליקאַנער. 

כ׳האָב געטאָן מײַן חלק און פֿאָרט האָט זיך אויסגעדאַכט אַז ס׳איז נישט גענוג. כ׳האָב געװאָלט אַרױסװײַזן אויף א מער קאָנקרעטן אופֿן, אַז איך שטיץ אױף װיפֿל איך קען מײַנע פּאַציענטן (קראַנקע, שװאַכע, אָרעמע, אָפּגעשרפֿעמדטע), און איך זיץ נישט מיט פֿאַרלײגטע הענט בשעת מע פּרוּװט צונעמען זײער געזונט־פֿאַרזיכערונג. אַ פּאָר מאָל בין איך מיד געװאָרן צו זיצן העפֿלעך און שמועסן וועגן דעם ענין מיטן אַסיסטענט פֿון אַ סענאַטאָר. נאָר דאָס איז מיר אױך נישט געװען גענוג.

כ׳האָב זיך דערוווּסט אַז מע פּלאַנירט אַ פֿאַרזאַמלונג אין סענאַט פֿון צװײ פֿאַרשײדענע פֿראַקציעס: גלײביקע פֿון פֿאַרשײדענע טראַדיציעס (גלחים, רבנים, סתּם ייִדן און קריסטן, מן־הסתּם אַנדערע אױך); און געזונט־פּראָפֿעסיאָנאַלן — דאָקטױרים, קראַנקן־שװעסטער, דענטיסטן, צוזאַמען מיט פּאַציענטן גרײט צו דערקלאַמירן רירנדיקע געשיכטעס פֿאַרן ברײטן עולם און דער פּרעסע.

צו ערשט איז מען זיך צונױפֿגעקומען אין אײנעם תּפֿילה צו טאָן. װי אַ ייִד בין איך געװען זײער צופֿרידן אַז מע האָט אױסגעמיטן ספּעציפֿישע קריסטלעכע אױסדרוקן; אין אותו־האיש האָט מען נישט דערמאָנט. איך האָב געלײגט תּפֿילין װי אַ סימן פֿון מײַן איבערגעגעבנקייט צו פֿאַרטײדיקן דעם עיקר פֿון רפּא־ירפּא, „און אױסהײלן מוז ער אים לאָזן אױסהײלן‟ (שמות כא: יט), כאָטש שפּעטער צוליב זיכערהײט־סיבות האָב איך זײ געמוזט אױסטאָן. ס׳איז געװען אַ מחיה זיך צו זען אױף דער װאָר מיט דאָקטױרים װאָס איך קען נאָר דורך טװיטער און פֿײסבוק.

נאָך אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ איבערצוגעבן אונדזער אמונה־שלמה, װי גלײביקע און  דאָקטױרים, אַז דער געזונט איז ממש אַ מענטשנרעכט, האָבן מיר זיך געלאָזט אין װעג אַרײַן, אין אַ לאַנגע רײ, פּאַמעלעך און סטאַטעטשנע, צום קאַפּיטאָל־בנין. 

אױף צו פּראָטעסטירן מוז מען האָבן געדולד. בשעת די סתּם טוריסטן האָט מען גיך אַדורכגעלאָזט דורך די רײען כּדי אַרױפֿצוגײן אין דער סענאַט־גאַליאָרקע, איז דאַכט זיך שױן געװען אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז מיר זײַנען אױסן צו מאַכן אַ געוואַלד.

סוף־כּל־סוף זײַנען מיר אַרײַן אין דער גאַליאָרקע, אַראָפּגעקוקט אױפֿן סענאַט, וואָס האָט זיך מיר אויסגעדאַכט װי אַ קאַבוקי־טעאַטער, דעמאָקראַטישע און רעפּובליקאַנער סטאַטועס, פֿאַרשטאַרט אין זײערע אײגענער געמאַכטער װיכטיקײט בשעת די אמתע רעאַליטעט פֿון לעבן און טױט שפּילט זיך אויס מחוץ זייערע מױערן. מע האָט אויסגערופֿן דעם נומער פֿון געזעץ־פּראָיעקט. מיר האָבן זיך געגעבן אַ שטעל אױף און אױסגערופֿן, “Kill the bill! Shame!” [נידער מיטן געזעץ! איר מעגט זיך שעמען!]

און כאָטש מיר װײסן נאָך נישט, בשעת איך שרײַב די אָ װערטער, צי מע האָט טאַקע אַ סוף געמאַכט צום שרעקלעכען ביל, בין איך גװאַלדיק צופֿרין מיט אונדזער אַרבעט. מיר האָבן אױסגענוצט אונדזער פּריװילעגיע װי דאָקטױרים און גלייביקע כּדי צו מאַרשירן אין אײנעם קעגן דער געלט־גיריקײט און אַכזריות פֿון אַן אומפֿילעװדיקער אַדמיניסטראַציע. װי אַ טײל פֿון אַ גרופּע אַקטיװיסטן האָב איך דערשפּירט דאָס התפּעלות פֿון אַ ייִדישער עדה בײַם דאַװנען מיט כּוונה - די זיכערקײט אַז, כאָטש אַלץ זעט אױס ביטער, איז דער הימל נאָך נישט געפֿאַלן. מיר זײַנען שטאַרק װײַל מיר גלײבן אין די סאַמע פּרינציפּן פֿון געזונט און די באַדערפֿענישן פֿון פּאַציענטן.

אפֿשר דערפֿאַר, װען איך בין געשטאַנען מיט צעשפּרייטע פֿיס אין דעם פּאָליצײ־גאַראַזש האָבן די האַנטקײטלען מיך נישט שטאַרק געאַרט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.